אַ ריזיקער עולם פֿון איבער 300 מענטשן האָט אָנגעפּאַקט די „דזשודסאָן מעמאָריאַל קירך‟ לעבן וואַשינגטאָן סקווער, כּדי צו געניסן פֿון מוזיק, קונסט, טענץ און טעאַטער, און באַערן דעם אָנדענק פֿון חנה קופּער צו איר דריטן יאָרצײַט. דער אָוונט, באמת אַ פֿעסטיוואַל, האָט אײַנגעאָרדנט דער „פֿאָנד א׳׳נ פֿון חנה קופּער צו חלומען אויף ייִדיש‟ און דער טעאַטער־קאָלעקטיוו „גרויסע קליינע ווערק‟. אויפֿן אָוונט האָט מען אויך צוגעטיילט די יערלעכע פּרעמיע פֿונעם „פֿאָנד‟ צו מײַקל וועקסן פֿאַר זײַנע ביכער און קולטורעלער אַרבעט לטובֿת דער ייִדישער שפּראַך.
בײַ דער „דזשודסאָן מעמאָריאַל קירך‟, וווּ עס איז פֿאָרגעקומען דער ספּעקטאַקל, שטיצט מען בכלל אונטער אַ סך קינסטלערישע און קולטורעלע פּראָגראַמען, וואָס טראָגן אָפֿט אַ לינק־אָריענטירטן פּאָליטישן כאַראַקטער. צווישן די אַרטיסטן און טרופּעס, וואָס טרעטן אויף בײַ דער קירך געפֿינט מען דעם טעאַטער־קאָלעקטיוו „גרויסע קליינע ווערק‟, וואָס שטעלט פֿאָר לינקע און ראַדיקאַלע פּיעסעס, זייער אָפֿט מיט ליאַלקעס. דער טעאַטער־קאָלעקטיוו איז באַקאַנט אין ניו־יאָרק פֿאַר זיינע „ספּאַגעטי־וועטשערעס‟, אויף וועלכן מע סערווירט ספּאַגעטי און מע שטעלט פֿאָר אַ ליאַלקע־שפּיל. זשעני ראָמיין, די אַוואַנטגאַרד־אַקטריסע און רעזשיסאָרין, איז אַ מיטגרינדערין און אַקטיווע מיטאַרבעטערין אינעם קאָלעקטיוו. אַ נאָענטער פֿרײַנד און קאָלעגע פֿון חנה קופּער, וואָס האָט באַקומען די פֿאַראַיאָריקע פּרעמיע פֿונעם „פֿאָנד א׳׳נ פֿון חנה קופּער צו חלומען אויף ייִדיש‟, האָט זי געדינט ווי די הויפּט־קאָנפֿערענסיע.
נאָך דעם וואָס די צוקוקער האָבן אָפּגעגעסן זייער ספּאַגעטי, האָט דער אָוונט זיך אָנגעהויבן מיט אַ ליאַלקע־פֿאָרשטעלונג, וואָס האָט דערציילט, אויף ייִדיש און ענגליש, די געשיכטע פֿונעם ליאַלקע־טעאַטער „מאָדיקאָט‟. די פּיעסע „מונטערגאַנג און אַנדערע פֿריילעכע אונטערגאַנגען‟, פֿאָרגעשטעלט דורכן קאָלעקטיוו „גרויסע קליינע ווערק‟, איז באַזירט אויף דער פֿאָרש־אַרבעט פֿון ד׳׳ר עדי פּאָרטנאָי. אינעם שפּיל האָט אַן אָרעם ייִדיש פּאָרפֿאָלק פֿונעם אַמאָליקן „לאָוער איסט סײַד‟ באַקומען הילף פֿון אַ גרופּע שטרײַקערס, וואָס האָבן זיי בגוואַלד אַרײַנגעצויגן אין זייער דירה, נאָך דעם וואָס מע האָט זיי אַרויסגעוואָרפֿן צוליב דעם ניט קענען צאָלן דירה־געלט. די פֿאָרשטעלונג האָבן לכתּחילה אָנגעשריבן, צום טייל, די גרינדער פֿון „מאָדיקאָט‟, זוני מאַוד און יאָסל קאָטלער, און מע האָט געזונגען זייערס אַ ליד, וואָס האָט זיך באַנוצט מיט דער מוזיק פֿון מאַרק וואַרשאַווסקיס „דער בעכער‟ (בעסער באַקאַנט ווי „טײַערע מלכּה‟).
נאָכן ליאַלקע־שפּיל זענען אויפֿגעטראָטן צוויי מאָדערנע טענצערינס, מיטשעלאַ לינד און אַליציאַ גערשטיין, וואָס האָבן געטאַנצט אויף שטאָלצן. זייער טאַנץ, „דאָס דערמאָנען, פֿאַרגעסן, און געפֿינען‟ האָט געדויערט אַרום 20 מינוט און פֿאָרגעשטעלט אַ ריי קינסטלערישע באַוועגונגען, וואָס האָבן אַרויסגעהויבן זייערע אַקראָבאַטישע פֿעיִקייטן. די טענצערינס האָבן ממש געוואָרפֿן איינע די אַנדערע, לאַנדנדיק דערבײַ שטענדיק אויף זייערע שטאָלצן.
נאָכן טאַנץ איז אויפֿגעטראָטן דער באַקאַנטער קאַריקאַטוריסט און צייכענער עריק דרוקער, וואָס צייכנט אָפֿט די הילעס פֿונעם פּרעסטיזשפֿולן זשורנאַל „דער ניו־יאָרקער‟. אַן אויפֿגעוואַקסנער אויפֿן „לאָוער איסט סײַד‟ אין די 1960ער און 1970ער יאָרן, האָט דרוקער אָנגעהויבן זײַן קינסטלערישן וועג דורכן צייכענען פּלאַקאַטן פֿאַר פּאָליטישע גרופּעס און שאַפֿן קאַריקאַטורן פֿאַר לינקע אונטערערדישע אויסגאַבעס. אַ נאָענטער חבֿר פֿונעם פּאָעט אַלען גינזבורג, האָט דרוקער געשאַפֿן צייכענונגען צו באַגלייטן זײַנע לידער און געמאַכט אַן אַנימירטן פֿילם, באַזירט אויף גינזבורגס קאָנטראָווערסיעל ליד Howl (געוווי). האָט דרוקער געוויזן בילדער פֿון זײַן קונסט, געשפּילט באַנדזשאָ און געזונגען פֿאָלקס־לידער. ווי ער האָט דערקלערט, איז ער ראַדיקאַליזירט געוואָרן צוליב די צוזאַמענשטויסן צווישן די אײַנוווינער פֿון זײַן געגנט אין די 1980ער און דער ניו־יאָריקער פּאָליציי.
אין מיטן פֿון זײַן פֿאָרשטעלונג האָט דרוקער געוויזן בילדער פֿון זײַן רײַזע אין עזה, וווּ ער האָט געלערנט קינדער קונסט און געמאַכט וואַנט־צייכענונגען אויף די הײַזער. בשעת דעם, וואָס ער האָט דערקלערט, ווי אַזוי די ישׂראלדיקע אַרמיי האָט שפּעטער צעשטערט די געגנט, און ער ווייסט ניט, וויפֿל פֿון די קינדער אין זײַנע בילדער זענען געבליבן לעבן, האָט עמעצער אין זאַל אים אָפּגעהאַקט, שרײַענדיק, ער זאָל בעסער דערמאָנען די ישׂראלים, וואָס זענען דערהרגעט געוואָרן דורך „כאַמאַס‟. נאָך דעם וואָס דרוקער האָט געזאָגט, אַז ער וועט „מאָרגן‟ ווײַזן בילדער פֿון די אַטאַקן קעגן ישׂראלים, האָט זײַן איבעררײַסער אים געשאָלטן מיט גראָבע קללות.
נאָך דער פּרעזענטאַציע פֿון עריק דרוקער האָט מען געמאַכט אַ הפֿסקה און אַ ריזיקע קאַפּעליע, וואָס איז באַשטאַנען פֿון אַ טוץ קלעזמאָרים, איז אַרויפֿגעקומען אויף דער בינע. בעת דער קאַפּעליע האָט זיך צוגעגרייט, האָט דער עולם נאָך אַלץ אַרומגערעדט די פֿריִערדיקע פּרעזענטאַציעס און אַ ביסל דעבאַטירט אַרום דער קאָנטראָווערסיע איבער דרוקערס רעדע. סוף־כּל־סוף האָט מען אָנגעהויבן שפּילן פֿאַרשידענע לידער פֿון דער „דרײַ־גראָשנס־אָפּערע‟ פֿון בערטאָלד ברעכט אין דער ייִדישער איבערזעצונג פֿון מײַקל וועקס. צווישן די זינגער זײַנען אויפֿגעטראָטן שׂרה גאָרדאָן, די טאָכטער פֿון חנה קופּער, דניאל קאַהן, פּסאָי קאָראָלענקאָ און עלינאָר ריסאַ.
בעת זײַן רעדע באַקומענדיק די אויסצייכענונג, האָט וועקס דערקלערט, אַז בלויז קופּער האָט געהאַלטן פֿון זײַן פּראָיעקט איבערצוזעצן די אָפּערע, און זי האָט אים ניט בלויז דערמוטיקט צו פֿאַרענדיקן די אַרבעט, נאָר זי האָט אײַנגערעדט אַנדערע, זיי זאָלן העלפֿן די פּיעסע אויפֿצופֿירן. „חנה האָט בכלל געהאָלפֿן אַרײַנצוברענגען ייִדישע קולטור דורך דער הינטערשטער טיר, דורכן אַרײַנשמוגלען אַזעלכע ווי איך, וואָס האָבן ניט געהאַט קיין צוטריט צו די בכּבֿודיקע אינסטיטוציעס, און אונדז געבן אַ געלעגנהייט צו שאַפֿן מאָדערנע ייִדישע קונסט‟.
נאָך דער פּראָגראַם האָט מען אָפּגערוקט אַלע בענקלעך און סטיוו ווײַנטרויב האָט אָנגעפֿירט מיט טענץ, בעת אַ קליינע קאַפּעליע האָט געשפּילט. מע האָט געטאַנצט ביז שפּעט בײַ נאַכט, ביז כּמעט 12 אַזייגער. נאָכן לאַנגן אָוונט איז דער עולם אַהיימגעפֿאָרן אַ מידער, אָבער אַ צופֿרידענער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.