די צוקונפֿט פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשונג

The Future of Yiddish Studies


פֿון לייזער בורקאָ

Published January 04, 2015, issue of January 23, 2015.

כאָטש די הומאַניסטישע אָפּטיילן אין די אוניווערסיטעטן גייען אַדורך אַ כּסדרדיקן קריזיס, און פֿאַרשיידענע שוואַרצזעער זאָגן נבֿיאות, אַז אין אַ פּאָר יאָר אַרום וועלן קיין אוניווערסיטעטן מער ניט זײַן, דאַרף מען פֿאַררעכענען די איצטיקע צײַט ווי נישקשהדיק פֿאַר דער ייִדיש־פֿאָרשונג (קיין בייז אויג זאָל ניט שאַטן!). אויף דער פֿאַרגאַנגענער AJS־קאָנפֿערענץ אין באַלטימאָר זײַנען געווען אַזוי פֿיל ייִדיש־פּאַנעלן, אַז ס׳איז גאָר ניט געווען מעגלעך צו הערן אַלע רעפֿעראַטן — אַ מאָל זײַנען צוויי אָדער דרײַ סעסיעס וועגן ייִדיש (דער עיקר, וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור) פֿאָרגעקומען אין דער זעלביקער צײַט. דרײַ טעג נאָכאַנאַנד האָבן די לומדים געדרשנט וועגן ייִדיש, כאָטש וועגן אַ סך פֿון זיי האָב איך קיין מאָל ניט געהערט און זייערע נעמען נישט געקענט. כּן־ירבו!

פֿאַר מיר איז צום אינטערעסאַנטסטן געווען דער פּאַנעל אויף דער טעמע „די צוקונפֿט פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשונג‟, און ספּעציעל די פֿראַגע, וואָס עס האָט דאָרט געשטעלט עופֿר דינעס: ווי אַזוי וועט די ייִדיש־פֿאָרשונג אויסזען אין 50 יאָר אַרום? וואָס וועט מען טאָן מיט דעם דאָזיקן פּראָיעקט אין אַ וועלט, וווּ קיינער בענקט נישט נאָך דער אַלטער היים און קיינער געדענקט ניט, ווי באָבע־זיידע האָבן זיך געוויצלט אויף מאַמע־לשון? הײַנט לאָזט זיך נאָך שאַפֿן אַ ביסל געלט און אַ ביסל אינטערעס מיטן אַרגומענט, אַז מיר היטן אָפּ אַ וויכטיקן חלק פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה, מיר ראַטעווען די שפּראַך פֿון פֿאַרגעסן ווערן און מיר ראַטעווען די ביכער און דאָקומענטן פֿונעם מיסטקעסטל. אָבער וואָס וועלן מיר טאָן, ווען ביכער און דאָקומענטן וועלן בכלל ווערן פּרעהיסטאָרישע זאַכן, ווי כּתבֿ־ידן פֿון פּאַרמעט?

די דאָזיקע פֿראַגע צווינגט אונדז צו טראַכטן אַ ביסל טיפֿער וועגן די צילן פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשונג, ווײַל כּדי זי זאָל עקסיסטירן לאַנג, דאַרף מען דאָך געפֿינען אין איר אַזעלכע ווערטן, וואָס קענען אַפּעלירן צו אַ נײַעם דור, „וואָס האָט ניט געקענט יוספֿן‟. אַפֿילו די הײַנטיקע סטודענטן האָבן שוין באָבעס און זיידעס, וואָס זײַנען געבוירן געוואָרן נאָך דער מלחמה.

די פּאַנעליסטן און די צוהערער האָבן געבראַכט פֿאַרשיידענע ענטפֿערס אויף דער דאָזיקער פֿראַגע, למשל: וואָס אַרט מיך וואָס ס’וועט זײַן אין 50 יאָר אַרום, אַז איך וועל שוין ניט זײַן, אָדער אין בעסטן פֿאַל — וועל איך זיצן אין דער היים? צו וואָס קוקן אַזוי ווײַט אין דער צוקונפֿט, ווען ס’איז קלאָר, אַז נאָך פֿינף יאָר איז די מעשׂה שוין אויס? לאָמיר בעסער פֿאַרזיכערן, אַז עס זאָל זײַן אַן אינטערעס צו ייִדיש כאָטש אויף איבער אַ יאָר!

זוהר ווײַמאַן-קעלמאַן האָט געמאַכט די וויכטיקע באַמערקונג, אַז מע טאָר ניט מאַכן דעם הײַנט אָפּהענגיק פֿונעם מאָרגן. מיר קענען ניט וויסן, וואָס ס’וועט זײַן אין דער צוקונפֿט, און ס’איז אַ טעות צו באַשטימען אונדזערע הײַנטיקע פּריאָריטעטן אויפֿן סמך פֿון די נעפּלדיקע פֿאָרשטעלונגען פֿון דעם, וואָס ס׳וועט זײַן שפּעטער. ייִדיש איז איצט פֿאַראַן, זײַנען מיר באַרעכטיקט עס צו פֿאָרשן אויפֿן אופֿן, ווי עס געפֿעלט אונדז, ניט קוקנדיק אויף דעם, וואָס ס’וועט ווערן פֿון ייִדיש.

שאול זאַריט האָט פֿאָרגעלייגט, אַז די ייִדיש־פֿאָרשונג דאַרף זיך באַפֿרײַען פֿונעם „אַרכיוו־פֿיבער‟ און זוכן נײַע וועגן, אַחוץ די געוויינטלעכע רייד וועגן ראַטעווען און אָפּהיטן די פֿאַרגאַנגענהייט. ווי לאַנג קען מען נאָך פֿאַרקויפֿן אַזאַ מעשׂה? מע דאַרף דערציילן אַ מער קאָמפּליצירטע געשיכטע און ברענגען אמתע חידושים, ניט בלויז איבערקײַען דאָס אַלטע.

ס’איז אַ שאָד, וואָס קיין אַלטמאָדישע ייִדישיסטן זײַנען דאָרט ניט געקומען צו רייד — כאָטש צוויי פּאַנעליסטן האָבן זיך טאַקע פֿאַררופֿן אויף מאַקס ווײַנרײַכן. אין אַ געוויסער מאָס האָבן אַלע שוין „פֿאַראינעווייניקט‟ די ייִדישיסטישע ווערטן, אַזוי אַז מע דאַרף זיי ניט אַרויסזאָגן: אַז ייִדיש איז אַן אמתע שפּראַך; אַז עס האָט אין זיך וויכטיקע ווערטן, וואָס אַנדערע לשונות האָבן אפֿשר ניט; אַז מע דאַרף עס רעדן און שרײַבן ווי געהעריק אאַז”וו. אָבער ווען קיינער רעדט ניט וועגן די ווערטן בפּה־מלא, פֿאַרגעסט מען אַ ביסל, אין וואָס עס גייט.

אַן אַלטמאָדישער ייִדישיסט וואָלט אפֿשר געטענהט, אַז פֿאַר דער ייִדיש־פֿאָרשונג דאַרף פֿריִער קומען די ייִדישע שפּראַך גופֿא, דאָס הייסט, מע דאַרף קודם קענען דאָס לשון, כּדי עס צו פֿאָרשן, איידער מע נעמט זיך צו די טעאָרעטישע פֿראַגעס. צום באַדויערן, זײַנען מיר אָבער הײַנט אַ דור פֿון שפּראַך־קאַליקעס, וואָס אַ מאָל קומט אונדז אָן שווער פּשוט צונויפֿצושטעלן אַ ריכטיקן זאַץ. וויפֿל חריפֿות מיר זאָלן ניט אַרײַנלייגן אין אויסטײַטשן אַ טעקסט, קענען מיר ניט כאַפּן די אַלע ניואַנסן אָן דעם נייטיקן שפּראַך־וויסן, וואָס הײַנט האָט עס — כּמעט קיינער ניט.

דער אָביעקט פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשונג איז כּמעט ווי פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, אַזוי אַז מע דאַרף אים הײַנט מיט גרויס מי רעקאָנסטרויִרן פֿון טעקסטן און אַלטע רעקאָרדירונגען, כּדי צו קריגן עפּעס אַ באַגריף פֿון דעם, וואָס ייִדיש האָט אַ מאָל מיט זיך פֿאָרגעשטעלט. אַפֿילו די חסידים היטן אָפּ נאָר אַ ברעקל פֿון דעם, וואָס איז געווען פֿאַר דער מלחמה — כאָטש ס׳איז אַ סך מער ווי מיר ייִדישיסטן האָבן באַוויזן.

אַן אַלטמאָדישער ייִדישיסט וואָלט זיך אפֿשר אויך באַקלאָגט, אַז מיר האָבן נאָך ניט די נייטיקע מיטלען און מכשירים פֿאַר דער וויסנשאַפֿטלעכער אַרבעט. פֿון די גרויסע פּראָיעקטן, וואָס האָבן געדאַרפֿט דינען דעם ייִדיש־פֿאָרשער, איז בלויז איינער פֿאַרענדיקט געוואָרן: דער „לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור‟; די אַנדערע, ווי די ענציקלאָפּעדיע, דער ווערטערבוך, דער שפּראַכאַטלאַס, דער טעאַטער־לעקסיקאָן, האָט מען אָפּגעהאַקט אין מיטן, און הײַנט ליגט אַ סך מאַטעריאַל אין סקלאַד, וווּ ס’איז ניט גרינג צוצוקומען.

כּדי די ייִדיש־פֿאָרשונג זאָל שטיין אויף אַ פֿעסטן יסוד און ניט שוועבן אין דער לופֿטן, זײַנען נייטיק סײַ שפּראַך־וויסן, סײַ די געוויינטלעכע וויסנשאַפֿטלעכע רעסורסן, וואָס מע נעמט אָן פֿאַר זיכער אין אַנדערע אַקאַדעמישע געביטן. ס׳איז אַוודאי ניטאָ קיין האָפֿענונג, אַז מיר זאָלן ווען עס איז שטיין אויף דער זעלביקער הייך ווי די פֿאָרשער פֿון פֿראַנצייזיש און שפּאַניש, אָבער מיט עסטאָניש און ווײַסרוסיש — כאָטש אַזוי פֿיל האָט פֿאַרדינט די ייִדיש־פֿאָרשונג, וואָס בעצם גייט זי צוריק ביזן אָנהייב 16טן יאָרהונדערט. לאָמיר האָפֿן, אַז נאָך 50 יאָר וועלן מיר האַלטן אַ ביסל ווײַטער ווי איצט.