העלענאַ דאַטנער איז אַ היסטאָריקערין און אַ מיטאַרבעטאָרין פֿונעם וואַרשעווער ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט. במשך פֿון עטלעכע יאָר האָט זי געאַרבעט אינעם ייִדישן מוזיי. איר געביט איז ייִדן אין פּוילן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה.
דאַטנער קריטיקירט דעם מוזיי אויף די בלעטער פֿון „פּליאָטקעס‟, אַ פּאָפּולערער אינטערנעץ־זשורנאַל, וואָס ווערט געפֿירט פֿון די אַזוי־גערופֿענע מאַרצאָווניקעס, דהײַנו, ייִדישע פּליטים פֿון דער גרויסער מלוכישער אַנטיסעמיטישער קאַמפּאַניע אין מאַרץ 1968.
דאַטנער זאָגט, אַז בײַם אָנהייב איז די אַרבעט פֿאַרן מוזיי געווען זייער אַ טשיקאַווע; מיט דער צײַט אָבער האָט זי פֿאַרשטאַנען, אַז הגם די ייִדישע אינסטיטוציעס און יחידים האָבן געשאַפֿן גרויסע געלטער פֿאַר דער גרינדונג פֿונעם מוזיי, געפֿינט זיך די פֿירונג פֿונעם מוזיי אין די פּוילישע הענט. זי האָט געגלייבט, אַז דער מוזיי האָט בדעה אָנצונעמען אַ ייִדישן קוקווינקל אויף דער ייִדישער געשיכטע אין פּוילן; מ’האָט איר אָבער גיך געגעבן צו פֿאַרשטיין, אַז דער מוזיי איז אַ „פּוילישער מוזיי וועגן ייִדן‟, און נישט קיין ייִדישער מוזיי וועגן פּוילישע ייִדן.
למשל: דאָס קאַפּיטל פֿון דער אַזוי־גערופֿענער „ייִדישער קאָמונע‟, דעם גרויסן אָנטייל, וואָס די ייִדן האָבן גענומען אין דער קאָמוניסטישער באַוועגונג אין פּוילן, איז רעפּרעזענטירט פֿון אַ נעגאַטיוון פּוילישן קוקווינקל, איבערחזרנדיק די טענות פֿון אַ סך פּאָליאַקן, אַז די ייִדן האָבן אַ סך געהאָלפֿן די קאָמוניסטן פֿאַר און נאָך דער מלחמה. די אָנפֿירער פֿונעם מוזיי ווילן אָבער נישט קריטיקירן די ברוטאַלע אַנטיסעמיטישע דערשײַנונגען, ספּעציעל נאָכן צווייטן וועלט קריג. סע גייט אַ רייד פֿון אַ געשיכטע, וואָס הייבט זיך אָן מיטן קעלצער פּאָגראָם (און עטלעכע ענלעכע פּאָגראָמען), ביז צום מלוכישן אַנטיסעמיטיזם, און דעם אַרויסיאָגן די ייִדן פֿון פּוילן דורך דעם גאָמולקאַ־רעזשים.
דער דרוק צו דערציילן די ייִדישע פּוילישע געשיכטע פֿון אַ פּוילישן קוקווינקל איז געוואָרן דײַטלעך אין אַ טרעפֿונג מיטן פּוילישן קולטור־מיניסטער. יענער האָט זיך באַקלאָגט, אַז דער מוזיי ווײַזט נישט גענוג די ייִדן, וואָס האָבן זיך אַסימילירט אין דער נאָכמלחמהדיקער פּוילישער געזעלשאַפֿט, ווי למשל, א ריי פּוילישע קינאָ־רעזשיסאָרן. עס גייט אין דעם, מען זאָל ווײַזן די נאָכמלחמהדיקע פּוילישע מלוכה, ווי אַ טאָלעראַנטע און אַפֿילו ייִדן־פֿרײַנדלעכע מדינה.
נאָך אַ טענה פֿון די פּוילישע פּני האָט געהאַט אַ שײַכות מיטן נאַראַטיוו פֿונעם קעלצער פּאָגראָם. זיי האָבן זיך באַקלאָגט, אַז די ראָלע פֿון דער קירך אין די דעמאָלטיקע געשעענישן ווערט באַשריבן צו קריטיש.
דאַטנער דערציילט, אַז לויט דער פּוילישער מלוכה, דאַרף מען נישט האָבן קיין טענות צום פּוילישן פֿאָלק בכלל און צו דער פּוילישער קירך בפֿרט, וואָס שייך אַנטיסעמיטיזם – זיי זענען גאָט די נשמה שולדיק, ציכטיק און ריין. צרות האָבן די ייִדן געהאַט נאָר פֿון איינצלנע פּערזענלעכקייטן.
דער סוף איז געווען, אַז העלענאַ דאַטנער האָט רעזיגנירט פֿון דער אַרבעט אינעם מוזיי. היוצא מזה איז, אַז דער ייִדישער מוזיי אין וואַרשע איז נישט נאָר געווידמעט דעם גלות. דער מוזיי אַליין איז אין גלות.
דער חשובֿסטער מוזיי אין פּוילן איז מסתּמא דער אוישוויץ־מוזיי. אין 2014 איז געווען די גרעסטע צאָל פֿון באַזוכער אין דער געשיכטע פֿונעם מוזיי, וווּ עס געפֿינען זיך די אַמאָליקע אַרבעטס־ און טויט־לאַגערן אוישוויץ-בירקענאַו.
1,534,000 מענטשן האָבן באַזוכט דעם מוזיי אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר.
די גרעסטע צאָל באַזוכער זענען געקומען פֿון פּוילן – 398,000 מענטשן. 199,000 טוריסטן זענען געקומען פֿון גרויס-בריטאַניע, און 92,000 באַזוכער זענען געקומען פֿון אַמעריקע. זיבעציק פּראָצענט פֿון די באַזוכער זענען געווען יונגע לײַט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.