מיט אַ פּאָר חדשים צוריק האָט די צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ מעשׂה וועגן דעם מישפּט־פּראָצעס אַרום דער קרומער באַהאַנדלונג פֿון נאַצי־געגנבֿעטע קונסט־ווערק; בלויז צוויי שורות אינעם אַרטיקל ווערן געווידמעט דער קליינער אַדוואָקאַט־קאָרפּאָראַציע Mondex, וועלכע האָט געהאָלפֿן אויסצופֿאָרשן דעם ענין.
אין דער אמתן, האָט די דאָזיקע פֿירמע, געגרינדעט דורך דזשיימס פּאַלמער, מיט די צענטערס אין טאָראָנטאָ און לאָנדאָן, געשפּילט אַ שליסל־ראָלע אינעם העלפֿן די יורשים צו געפֿינען די נאַצי־גנבֿות אין דער מוטנער וועלט פֿון רעסטיטוציע־פּראָצעסן.
אינעם יאָר 2013, האָט פּאַלמער אָנגעפֿירט מיטן פּראָצעס קעגן הלל נחמד — דער פּראָמינענטער ניו־יאָרקער קונסט־הענדלער, וועלכער האָט געפּרוּווט צו פֿאַרקויפֿן אַ בילד פֿון מאָדיליאַני, וואָס די נאַציס האָבן קאָנפֿיסקירט בײַ אַ ייִד. „מאָנדעקס‟ האָט געהאָלפֿן צו באַשטעטיקן די רעכט פֿון די אמתע יורשים.
אין מאַרץ, האָט „מאָנדעקס‟ אָנגעפֿירט מיט אַן אַנדער אויספֿאָרשונג, נאָך וועלכער די האָלענדישע רעגירונג האָט איבערגעגעבן צוויי בילדער פֿון 17טן יאָרהונדערט צו די יורשים פֿון בערנאַרד לוי — אַ ייִדישער קרבן פֿונעם טויט־לאַגער סאָביבאָר.
נישט לאַנג צוריק, האָט „מאָנדעקס‟ געהאָלפֿן די יורשים פֿון די צוויי דײַטשישע קונסט־זאַמלער, לודוויג און מאַרגרעט קײַנער, צו געווינען דעם תּבֿיעה־פּראָצעס קעגן דער מעכטיקער שווייצאַרישער פֿינאַציעלער פֿירמע UBS. ס׳זעט אויס, אַז די דאָזיקע באַנקיר־פֿירמע האָט אויסגענוצט די רעסטיטוציע־באַהאַנדלונגען, אויף קרומע אופֿנים, צוליב איר אייגענעם רווח.
פּאַלמער האָט געשאַפֿן אַ נישקשהדיק געשעפֿט, העלפֿנדיק די יורשים פֿון די נאַצי־באַגנבֿעטע. ער האָט אָבער דערקלערט, אַז נישט צופֿעליק האָט ער אויסגעקליבן דווקא אַזאַ ענין. זײַענדיק אַ ייִד, דערצויגן אין אַ „ליבעראַלער ייִדישער משפּחה‟ פֿון פֿאָרעסט־היל, קווינס, גלייבט ער, אַז ער מוז העלפֿן אָפּצושאַפֿן דעם אומיושר פֿון דער נאַצי־תּקופֿה. בערך אַ העלפֿט פֿון די צוגעגנבֿעטע 600 קונסט־ווערק זענען אַנטדעקט געוואָרן, אָבער די גנבֿות גייען אָן ווײַטער — דאָס מאָל, דורך שווינדלערישע געשעפֿטן. פּאַלמער האָט איבערגעגעבן, אַז זײַן משפּחה האָט לכתּחילה געהייסן כּהן, און זיך דערמאָנט, ווי בײַם פּסח־סדר אין דער היים פֿלעגט ער, ווי אַ קינד, הערן גאַנצע דרשות וועגן ייִדישע ווערטן און טראַדיציעס.
אַ טייל קריטיקער באַשולדיקט „מאָנדעקס‟ אינעם פֿאַרוואַנדלען די רעסטוטוציע־פּראָצעסן אין אַ קאַפּיטאַליסטישן קוואַל פֿון רווח, ווײַל 30־40 פּראָצענט פֿון דער ווערט, וואָס יעדעס בילד קאָסט, צאָלן די יורשים אָפּ פֿאַר די אַדוואָקאַט־באַדינונגען.
פּאַלמער ענטפֿערט אויף דער דאָזיקער טענה, אַז זײַן פֿירמע נייטיקט זיך אין אַ סך געלט, צומאָל אין מיליאָנען דאָלאַר. „סוף־כּל־סוף, איז אונדזער געזעץ־סיסטעם, און די גאַנצע וועלט בכלל, באַגרינדעט אויפֿן מאַכן אַ רווח‟. ווען פּאַלמערס פֿירמע האָט זיך פֿאַרנומען מיט די נאַצי־גנבֿות, האָט ער אַנטדעקט אַ גאַנצע וועלט פֿון גאָר קאָמפּליצירטע און סתּירותדיקע שיטות פֿון געזעץ־סיסטעמען אין פֿאַרשיידענע לענדער, טיף פֿאַרבונדן מיט פֿאַרשיידענע עטישע, געשעפֿטלעכע און פּאָליטישע פֿראַגעס.
אַ צאָל ייִדישע אָרגאַניזאַציעס קריטיקירט די פֿירמע צוליב ענלעכע סיבות. פֿון דער אַנדערער זײַט, זענען פֿאַרשיידענע מלוכישע אינסטאַנצן אַרום דער וועלט אומצופֿרידן מיט דעם, וואָס הגם געוויסע בילדער שטאַמען פֿון סתּירותדיקע קוואַלן, זאָלן זיי בעסער בלײַבן אין מוזייען, וווּ יעדער מענטש קאָן זיי אָפּשאַצן. אַזוי צי אַזוי, האָט דער גרינדער פֿון דער אַדוואָקאַט־פֿירמע באַטאָנט, אַז זײַן פֿירמע פֿרייט זיך יעדעס מאָל, ווען איר גיט זיך אײַן אומצוקערן אַ צוגעגנבֿעט בילד צו די געזעצלעכע יורשים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.