רעזערוויסטן פֿאָדערן אָפּצושטעלן די אויספֿאָרשונג

Reservists Demand End to Army‘s Criminal Probe

פּאַלעסטינער קינדער שפּילן זיך אין די רויִנען פֿון הײַזער אין עזה, וואָס זענען צעשטערט געוואָרן בעת דער מלחמה דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער
Getty Images
פּאַלעסטינער קינדער שפּילן זיך אין די רויִנען פֿון הײַזער אין עזה, וואָס זענען צעשטערט געוואָרן בעת דער מלחמה דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published January 06, 2015, issue of January 23, 2015.

דער זשורנאַליסט גילי כּהן האָט דערציילט דעם 5טן יאַנואַר אין דער צײַטונג „האָרץ‟, אַז לכל־הפּחות 250 רעזערוויסטן פֿון צה״ל, אַרײַנגערעכנט בערך 100 אָפֿיצירן און אַ סך מיליטער־לײַט פֿונעם נידעריקן ראַנג, האָבן אונטערגעשריבן אַ קאָלעקטיוון בריוו, וווּ זיי פֿאָדערן אָפּצושטעלן די קרימינעלע אויספֿאָרשונג פֿון די אַקציעס, וואָס צה״ל האָט דורכגעפֿירט בעת דער מלחמה אין עזה דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער.

די מחברים בעטן דעם ישׂראלדיקן פֿאַרוואַלטער פֿונעם מיליטערישן שטאַב, גענעראַל־לייטענאַנט בני גאַנץ, אָפּצושטעלן די אויספֿאָרשונג. לויט זייער מיינונג, האָבן בלויז די מיליטערישע קאָמאַנדירן דאָס רעכט צו באַטראַכטן די באַשולדיקונגען קעגן זייערע אונטערטעניקע סאָלדאַטן, וועלכע האָבן געמוזט באַשליסן, ווי אַזוי זיי זאָלן זיך אויפֿפֿירן אויפֿן שלאַכט־פֿעלד אונטערן פֿײַער, אין אַ סכּנותדיקן מצבֿ. אינעם בריוו ווערט אויך ברמז אויסגעדריקט אַ פּראָטעסט קעגן אַ מעגלעכער אויספֿאָרשונג קעגן דער אָפּעראַציע „שוואַרצער פֿרײַטיק‟ אין רפֿיח, דעם 1טן אויגוסט, ווען דרײַ ישׂראלדיקע סאָלדאַטן און, צום ווייניקסטן, 130 פּאַלעסטינער זענען אומגעקומען, ווען צה״ל האָט געפּרוּווט צו ראַטעווען דעם אומגעקומענעם פֿאַרכאַפּטן לייטענאַנט הדר גאָלדין.

די איניציאַטיוו צונויפֿצושטעלן דעם בריוו איז געקומען פֿון דער נישט־קאָמערציעלער אָרגאַניזאַציע „קונצנזוס לוחמים למען לוחמים‟ „קאָנצענסוס פֿון מיליטערלײַט לטובֿת מיליטערלײַט‟, געגרינדעט אינעם יאָר 2011 דורך אַ צאָל רעזערוו־אָפֿיצירן. דער מיליטערישער הויפּט־פּראָקוראָר, גענעראַל־מאַיאָר דני עפֿרוני, האָט באַפֿוילן אויסצופֿאָרשן 13 אינצידענטן, וואָס זענען געשען, ווי מע איז חושד, בעת דער לעצטער מלחמה אינעם עזה־פּאַס.

אין 5 פֿאַלן, ווערן די סאָלדאַטן פֿאַרדעכטיקט אין רויבערײַ; אין צוויי פֿאַלן, זענען די שאָפֿערן פֿון די אַמבולאַנס־אויטאָס דערהרגעט געוואָרן; נאָך צוויי אינצידענטן האָבן צו טאָן מיט אומגעקומענע פּאלעסטינער ציווילע לײַט.

ווי מע האָט איבערגעגעבן, זענען דעם 16טן יולי פֿיר פּאַלעסטינער קינדער אומגעקומען אויף דער פּלאַזשע אין עזה בעת אַ לופֿט־אַטאַק פֿון צה״ל. ווען מע האָט באָמבאַרדירט דאָס הויז פֿון דער משפּחה אַבו דזשומאַ אין כאַן־יוניס, דעם 20סטן יולי, זענען דערהרגעט געוואָרן 27 ציווילע לײַט. לויט די פּאַלעסטינער אינפֿאָרמאַציע־קוואַלן, זענען דעם 24סטן יולי 15 אומשולדיקע מענטשן אומגעקומען בעת דעם לופֿט־אַטאַק פֿון אַ שול אין בית־כאַנון, אינעם צפֿונדיקן ראַיאָן פֿונעם עזה־פּאַס. הונדערטער פּליטים האָבן זיך אויסבאַהאַלטן פֿון די צה״ל־אַטאַקן אינעם שול־בנין, וואָס האָט געהערט צו דער אינטערנאַציאָנאַלער הילף־אַגענטור פֿון דער „יו־ען‟. אין אַן אַנדער סתּירותדיקן פֿאַל, איז אַ פּאַלעסטינער פֿרוי דערשאָסן געוואָרן אין דער געגנט דאַהאַניע — נישט געקוקט אויף דעם, וואָס צה״ל האָט מיט איר פֿריִער אָפּגערעדט, אַז זי מעג דאָרטן בלײַבן.

אין דעצעמבער, האָט די ישׂראלדיקע מיליטערישע פּאָליציי אָנגעהויבן די אויספֿאָרשונג, נאָכן באַשלוס פֿונעם גענעראַל עפֿרוני. בסך־הכּל, האָט דער שטאַב באַקומען אָנקלאָגן וועגן איבער 100 אינצידענטן. די מיליטערישע פּראָקוראַטור האָט באַשלאָסן נישט אָנצוהייבן אַ קרימינעלע אויספֿאָרשונג אין ס׳רובֿ פֿאַלן. די פֿאַרגאַנגע וואָך, האָט גאַנץ באַטאָנט, אַז אויב געוויסע מיליטער־לײַט זענען באַגאַנגען עכטע ערנסטע פֿאַרברעכנס, וועלן זיי באַשטראָפֿט ווערן, ווי געהעריק.