בײַ יוסף אָפּאַטאָשו איז דאָ אַ דערציילונג, וואָס הייסט „זינד‟. אָנגעשריבן האָט ער זי אין יאָר 1929, אין דער צײַט פֿון אַ ראַדיקאַלער איבערקערעניש אין און אַרום דער קאָמוניסטישער באַוועגונג. ווי מיר ווייסן פֿון דער געשיכטע, האָט פֿון דעמאָלט אָן זיך אָנגעהויבן די „אמתע‟ סטאַליניסטישע תּקופֿה, און דאָס האָט זיך געפֿילט ניט נאָר אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, אָבער אויך אין אַלע ווינקלען פֿון דער וועלט, וווּ עס זײַנען געווען טעטיק גרעסערע צי קלענערע קעמערלעך פֿון דעם „קאָמוניסטישן אינטערנאַציאָנאַל‟.
צופֿעליק צי ניט־צופֿעליק (כ’גלייב, אַז לחלוטין ניט־צופֿעליק) האָט פּונקט דעמאָלט יוסף אָפּאַטאָשו פֿאַרעפֿנטלעכט אַ געשיכטע וועגן אַ ניו־יאָרקער ייִדישער קאָמוניסטישער משפּחה: אַ מאַן, אַ ווײַב און אַ טאָכטער. דעם מאַן שיקט די פּאַרטיי אויף עטלעכע חדשים קיין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, ער זאָל דאָרטן אײַנזאַפּן אין זיך די ענערגיע פֿון קאָמוניסטישער בויונג. זײַן ווײַב לעבט דערווײַל איבער. זי פֿאַרשטייט, אַז זי איז שוין ניט זייער יונג, און האָט מורא, אַז איר מאַן וועט אין רוסלאַנד געפֿינען אַ נײַע ליבע, בפֿרט נאָך, אַז זי האָט געהערט וועגן די „פֿרײַע‟ סעקסועלע באַציִונגען אין דער סאָוועטישער געזעלשאַפֿט.
אָבער דאָס איז אַ זײַטיקער מאָטיוו אין דער געשיכטע פֿון דעם פּאָרפֿאָלק. אין צענטער געפֿינט זיך די פֿרײַנדשאַפֿט צווישן זייער טאָכטער און אַ שוואַרצן בחור, וואָס איז אויך אַ יונגער קאָמוניסט. דער טאַטע, ווען ער קומט צוריק קיין ניו־יאָרק, רעדט אַ סך און הייס וועגן דער ברידערשאַפֿט פֿון סאָוועטישע פֿעלקער, וועגן אינטערנאַציאָנאַליזם, אָבער סײַ אים און סײַ זײַן ווײַב איז שווער צו פֿאַרלײַדן דעם אינטערנאַציאָנאַליזם בײַ זיך אין דער היים.
איך האָב שוין ניט איין מאָל געשריבן, אַז די „זינד‟ פֿון קסענאָפֿאָביע איז איינע פֿון די שווערע ירושות, איבערגעלאָזט דורך דער „אינטערנאַציאָנאַליסטישער‟ אידעאָלאָגיע פֿון קאָמוניזם. ווי אַזוי האָט זיך געשאַפֿן אָט דער פּאַראַדאָקסאַלער פֿענאָמען? איך בין ניט קיין עקספּערט אין אַזעלכע זאַכן, אָבער איך זע דעם ענטפֿער אין דער אומטאָלעראַנץ, וואָס איז אַ סימן־מובֿהק פֿון אַלע קאָמוניסטישע קרײַזן.
מע האָט אַרײַנגעקלאַפּט אין די קעפּ דעם געדאַנק, אַז אַ מענטש, וואָס זעט אויס אַנדערש, רעדט אַנדערש, פֿירט זיך אויף אַנדערש, קען מיט זיך פֿאָרשטעלן אַ סכּנה. די קאָמוניסטישע אידעע טראָגט אין זיך די שטרעבונג צו אוניפֿיקאַציע, סטאַנדאַרטיזאַציע. אַזוי איז קיין חידוש ניט צו זען, ווי אַגרעסיוו צו „אַנדערשקייט‟ זײַנען געשטימט אַ סך תּושבֿים פֿון די געוועזענע קאָמוניסטישע לענדער, און עמיגראַנטן (צום באַדויערן, ייִדישע בתוכם) פֿון די דאָזיקע לענדער זײַנען אויך אָפֿט מאָל „זינדיקע‟ לײַט. דאָס איז אַ סם, וואָס גייט ניט אַוועק גרינג.
אַ גוטן בײַשפּיל גיט אונדז איצט דײַטשלאַנד, וואָס טראָגט אין זיך נאָך אַלץ קלאָרע שפּורן פֿון דער צעטיילונג אויף צוויי טיילן: דעם קאָמוניסטישן און דעם מערבֿדיקן. דער מיזרחדיקער, געוועזענער קאָמוניסטישער טייל ווײַזט באַזונדערס אַרויס שטאַרקע סימנים פֿון קסענאָפֿאָביע, כאָטש דער חלק פֿון אימיגראַנטן איז דאָרטן, בדרך־כּלל, נידעריקער איידער אין די מערבֿדיקע געגנטן.
אין דער קורצער נײַ־יאָריקער רעדע, מיט וועלכער די קאַנצלערין פֿון דײַטשלאַנד אַנגעלאַ מערקעל האָט זיך געוואָנדן צום פֿאָלק, האָט זי צווישן ערנסטע פּראָבלעמען אָנגערופֿן אויך די סכּנה, וואָס לויערט מצד דער אָרגאַניזאַציע „פּעגידאַ‟: Patriotische Europäer gegen die Islamisierung des Abendlandes (פּאַטריאָטישע אייראָפּעער קעגן דער איסלאַמיזאַציע פֿון דער אַלטער וועלט). מערקעל האָט גערופֿן די דײַטשן האַלטן זיך וואָס ווײַטער פֿון די טוער פֿון אָט דער עקסטרעם־נאַציאָנאַליסטישער באַוועגונג, ווײַל „זייערע הערצער זײַנען אָפֿט מאָל פֿול מיט פֿאָראורטלען, קאַלטקייט און אַפֿילו שׂינאה‟.
געשאַפֿן איז די „פּעגידאַ‟ געוואָרן אין דער מיזרח־דײַטשישער שטאָט דרעזדען און דווקא דאָרטן, אין דרעזדען, קלײַבט עס צונויף טויזנטער אָנהענגער, וואָס גייען אַרויס אויף די גאַסן מיטן לאָזונג Wir sind das Volk. מיט אָט די ווערטער — „מיר זײַנען דאָס פֿאָלק‟ — האָט מען אין די קאָמוניסטישע צײַטן פּראָטעסטירט קעגן דעם רעזשים. דעמאָלט האָט עס געמיינט, אַז „מיר‟, די מאַסן, און ניט די קאָמוניסטישע פּאַרטיי־פֿונקציאָנערן שטעלן פֿאָר דאָס פֿאָלק. הײַנט האָט עס גאָר אַן אַנדער טײַטש, דהײַנו: מיר, די דײַטשן, זײַנען דאָ די באַלעבאַטים, און איר — מענטשן פֿון אַן אַנדער קאָליר און רעליגיע — געהערן ניט צו אונדז.
מע טענהט, אַז דרעזדען איז ניט קיין צופֿעליק אָרט, וווּ עס האָבן זיך קאָנצענטרירט אַזעלכע שטימונגען. צוליב די אייגנאַרטיקייטן פֿון דער לאַנדשאַפֿט, איז דרעזדען געווען די איינציקע גרויסע מיזרח־דײַטשישע שטאָט, וווּ מע האָט ניט געקענט קוקן די טעלעוויזיע פֿון מערבֿ־דײַטשלאַנד. איצט איז אַוודאי אַנדערש. דער צוטריט צו אינפֿאָרמאַציע איז אומעטום דער זעלבער. אָבער די שטאָט בלײַבט נאָך אַלץ אַ פּראָווינציעלע. בײַ אונדז וואָלט מען געזאָגט — אַ קליין־שטעטלדיקע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.