ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

אַן אויפֿטריט אויפֿן פֿעסטיוואַל „דודס כּינור‟ אין טיומען
אַן אויפֿטריט אויפֿן פֿעסטיוואַל „דודס כּינור‟ אין טיומען

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published January 06, 2015, issue of January 23, 2015.

טיומען: מוזיק־פֿעסטיוואַל „דודס כּינור‟

און נאָך אַ ידיעה פֿון דער רוסישער פּראָווינץ: דאָס מאָל פֿון טיומען. דאָרטן איז פֿאָרגעקומען דער מוזיק־פֿעסטיוואַל „דודס כּינור‟. דוד המלך איז אַ וויכטיקע פֿיגור סײַ אין יהדות, סײַ אין קריסטלעכקייט, סײַ אין איסלאַם, האָבן אין דעם פֿעסטיוואַל אָנטייל גענומען רעליגיעזע אָרגאַניזאַציעס פֿון אַלע 3 קאָנפֿעסיעס. די אָנטיילנעמער, אַרום 150 מענטשן, האָבן געזונגען „תּהילים‟ — מע האָט עס געקענט הערן אויף אַלע שפּראַכן און אין פֿאַרשיידענע מוזיקאַלישע סטילן. דער פֿעסטיוואַל ווערט דורכגעפֿירט שוין דאָס פֿערטע מאָל, און איז אַן אויפֿטו פֿון דער דאָרטיקער ייִדישער אָרגאַניזאַציע „מדרגות‟.

צאָל העברעיִש־אולפּנים פֿאַלט צוליב דוחק פֿון פֿינאַנציעלער שטיצע

די וואָך פּראַוועט מען אין רוסלאַנד די גרעסטע חגא אין לאַנד — דאָס נײַע יאָר. צוליב דער חגא און צוליב ניטל וואָס קומט דעם 7טן יאַנואַר, האָט כּמעט די גאַנצע באַפֿעלקערונג אַ וואָך פֿון וואַקאַציעס.

עטלעכע ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציעס אָבער אַרבעטן. אין מאָסקווער ישׂראדליקן קולטור־צענטער בײַ דער אַמבאַסאַדע איז פֿאָרגעקומען אַ סיום־מסיבה: עס זענען צוגעטיילט געוואָרן צערטיפֿיקאַטן צו די תּלמידים פֿון אולפּן, וואָס האָבן פֿאַרענדיקט די לימודים און אויסגעהאַלטן די עקזאַמענס. פֿאַר די לעצטע 2—3 יאָר איז די צאָל אולפּנים געפֿאַלן, ווײַל סײַ ישׂראל, סײַ די סוכנות און סײַ די רוסלענדישע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן פֿאַרקלענערט די פֿינאַנציעלע שטיצע. ס׳שטײַגט אָבער די באַדערפֿעניש זיך צו לערנען העברעיִש, ווי אויך די עליה פֿון רוסלאַנד. די אולפּנים זענען פֿולגעפּאַקט, עס אַרבעטן עטלעכע באַצאָלטע קרײַזן, און גאָר אַ סך מענטשן נעמען פּריוואַטע שטונדן.

אַ זאַמלונג פֿון פֿריִערע חסידישע טעקסטן פּובליקירט אויף רוסיש

די ייִדישע קולטור־אונטערנעמונגען גייען אָן ווײַטער. דער פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ גרייט צו עטלעכע נײַע איבערזעצונגען פֿון ייִדישער ליטעראַטור און פֿון מאָנאָגראַפֿיעס פֿון ייִדישע לימודים; אין די לעצטע טעג פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר איז אַרויסגעגאַנגען דער ערשטער באַנד פֿון דער אַנטאָלאָגיע „ראשית פֿון חסידות: די לערע פֿון בעל־שם־טובֿ לויט די ווערק פֿון זײַנע תּלמידים‟. דאָס איז אַ זאַמלונג פֿון פֿריִערע חסידישע טעקסטן, וואָס ס‘האָט צונויפֿגעשטעלט אַ רבֿ פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, ר’ נחמן גאָלדשטיין פֿון טשערין, איינער פֿון די וויכטיקסטע ברעסלאַווער רבנים. אינעם ערשטן באַנד ווערן צונויפֿגעקליבן דעם בעשטס דרשות, וואָס מע האָט געפֿונען אין די ביכער פֿון זײַנע תּלמידים און תּלמידי־תּלמידים. די רוסישע אויסגאַבע איז אַן איבערזעצונג פֿון העברעיִש.

דער אַנטיסעמיטיזם הייבט ווידער אויף דעם קאָפּ

עטלעכע ידיעות קומען פֿון אַנדערע שטעט; און די וויכטיקסטע פֿון זיי איז, צום באַדויערן, אַן אַנטיסעמיטישע. די פּעטערבורגער זשורנאַליסטן און בלאָגערס שרײַבן וועגן אַן אַנטיסעמיטישער אויסגאַבע, וואָס פֿאַרקויפֿט זיך אין דער בעסטער ביכער־קראָם אין סאַנקט־פּעטערבורג — „דאָס בוך־הויז‟, אויף ניעווסקי פּראָספּעקט. דאָס בוך הייסט „דעסטאַליניזאַציע: פֿון טשערטשילן ביז מעדוועדיעוון‟ (עס ווערט געמיינט דער פֿאָריקער רוסישער פּרעזידענט), און דער מחבר איז ראָמאַן קליוטשניק. דאָס בוך איז בפֿירוש אַנטיסעמיטיש: עס ווערן באַשריבן כּלערליי צרות, וואָס די ייִדישע פּאָליטיקער און טעראָריסטן האָבן געבראַכט דעם רוסישן פֿאָלק בכלל און סטאַלינען פּערזענלעך. די אידעע באַשטייט אין דעם, וואָס די ייִדן האָבן פֿאַרכאַפּט די מאַכט נאָך דער רוסישער רעוואָלוציע, אַרײַנגעצויגן דאָס אומשולדיקע רוסישע פֿאָלק אין בלוטיקע קאָנפֿליקטן, פֿאַרטיליקט די רוסישע אינטעליגענץ און קליינע פֿעלקער, און געשטעלט דאָס סאָוועטישע רוסלאַנד און שפּעטער — דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד, אונטער דער השפּעה פֿון דעם אַלוועלטלעכן ייִדנטום.

אָבער נאָכן יאָר 1938 איז דעם חבֿר סטאַלין זיך אײַנגעגעבן אַוועקצופֿירן דאָס לאַנד פֿון דער השפּעה. זעט אויס אָבער, אַז די דאָזיקע השפּעה איז געווען אויך שפּעטער: די ליקווידאַציע פֿון דעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט ווערט באַטראַכט ווי סטאַלינס „ענטפֿער‟ אויף „ייִדישע קונצן‟ און „אַנטיסאָוועטישן שפּיאָנאַזש‟. אין יאָר 1991 זענען די ייִדן ווידער געקומען צו דער מאַכט אין רוסלאַנד, און זייער הויפּט־אַגענט, לאָזט זיך אויס, איז דער געוועזענער פּרעזידענט דמיטרי מעדוועדיעוו, וואָס זײַן אמתער פֿאַמיליע־נאָמען איז כּלומרש, מאַנדל.

די דירעקציע פֿון דער קראָם טענהט, אַז דאָס בוך איז ניט פֿאַרווערט אָפֿיציעל, דעריבער ווערט דערלויבט עס אַרויסצושטעלן אויף דער פּאָליצע. צום באַדויערן, מוז מען באַמערקן, אַז דער אַנטיסעמיטיזם, וואָס איז די לעצטע יאָרן כּמעט פֿאַרשוווּנדן געוואָרן, קומט צוריק. לאָמיך דערמאָנען, אַז מיט אָנדערטהאַלבן חדשים צוריק האָט אַ כאָפּטע אומבאַקאַנטע באַפֿאַלן אַ תּלמיד פֿון אַ ישיבֿה הינטער מאָסקווע, און אים שטאַרק אָנגעשלאָגן.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.