אוי, די שוויגער...

Oy, My Mother-in-Law!

פֿון הערשל גלעזער

Published January 08, 2015, issue of January 23, 2015.

בײַ אַ געוויסן שעת־הכּושר קומט אַ ווענדפּונקט אינעם לעבן פֿון אַ סך מענטשן: זיי האָבן חתונה. ווי זאָגט מען, אַז אַ בחור האָט חתונה, גט ער אָפּ די מאַמע… דערפֿאַר אָבער קריגט ער אַ נײַע משפּחה: מחותּנים. און ווער איז דער „שטערן“ פֿון דער נײַער משפּחה? די שוויגער. פֿון איין זײַט, איז זי אַ צווייטע מאַמע, פֿון דער אַנדערער זײַט, איז זי, קודם־כּל, זײַן ווײַבס מאַמע (אָדער, אויב אַ כּלה, איז זי איר מאַנס מאַמע).

די ייִדישע ווערטער „שוויגער, שווער, איידעם, שנור“, קומען אַלע אַרויס פֿונעם אַמאָליקן דײַטש, נאָר אין דעם הײַנטיקן דײַטש זענען זיי נישטאָ. בײַ זיי זאָגט מען אויף ’שוויגער‘ Schwiegermutter, אויף ’שווער‘ Schwiegervater אאַז”וו. הייסט עס, אַז פֿון אונדזער „שוויגער“ איז געוואָרן אַ פּרעפֿיקס טײַטש דאָס, וואָס ס׳ענגלישע in-law. צו דער משפּחה ווערטער געהערן אויך דאָס ייִדישע „שוואָגער“ און „שוועגערין“, ווי אויך ענלעכע ווערטער אין ראָמאַניש און סלאַוויש, אַ שטייגער, ס׳שפּאַנישע suegro/suegra און ס’רוסישע svyokor/svekrov’ ’שווער/שוויגער’ (ס’רוסישע איז ספּעציפֿיש ‘דעם מאַנס טאַטע/מאַמע’).

טשיקאַווע, אַז אינעם רובֿ אייראָפּעיִשע לשונות זענען דאָ באַזונדערע ווערטער פֿאַר די אַלע משפּחה־גלידער, אַזוי ווי אויף מאַמע־לשון. אויף רוסיש איז די ספּעציפֿישקייט דערגאַנגען צום שפּיץ: זיי האָבן צוויי באַזונדערע ווערטער פֿאַר ’שוויגער‘, ’שווער‘, ’שוואָגער’ און ’שוועגערין‘, געווענדט אין דעם, צי ס׳רעדט זיך וועגן דעם מאַנס משפּחה, צי דעם ווײַבס.

דאַכט זיך, אַז בלויז ענגליש און פֿראַנצייזיש מוזן אָפּקומען אין גאַנצן מיט פּרעפֿיקסן אָדער סופֿיקסן: ווי געזאָגט, ס’ענגלישע in-law און ס׳פֿראַנצייזישע beau-/belle-, טײַטש ’שיין‘, אָבער דאָ סײַ ’דורך חתונה‘, סײַ ’שטיפֿ…‘! איז מײַן beau-père נישט מײַן ’שיינער פֿאָטער‘, נאָר אָדער מײַן ’שווער‘ אָדער מײַן ’שטיפֿפֿאָטער‘… צום גליק, איז מײַן beau-frère בלויז מײַן ’שוואָגער‘ (אויף ‘שטיפֿברודער’ איז דאָ אַן אַנדער וואָרט), אָבער דאָס געשטאַלט פֿונעם שוואָגער איז געוואָרן דער תּמצית פֿונעם כניאָק, אַ פּרינציפּיעלער עם־האָרץ און שמאָלקעפּיקער.

הײַנט מחותּנים: דאָ איז מאַמע־לשון פֿון די זעלטענע לשונות, וואָס האָט איין וואָרט אויף טאַטע־מאַמע פֿונעם ווײַב צי פֿונעם מאַן — אויף אַנדערע שפּראַכן מוז מען בדרך־כּלל אויסקומען מיט אַ גאַנצער מגילה, ווי, למשל, ס’ענגלישע son-in-law’s parents אד”גל. פֿאַרשטייט זיך, אַז מחותּנים פֿונעם מאַנס צד האָבן לאַוו־דווקא ליב די מחותּנים פֿונעם ווײַבס צד, אָבער אַז זיי האָבן זיך יאָ ליב, זענען די באַציִונגען היפּש וואַרעם, אַזוי ווי מע וואָלט זיך געריכט, ווען ס’איז דאָ דערויף אַ וואָרט. אין זײַן In Praise of Yiddish שרײַבט מאָריס סעמועל, אַז אַזאַ זאָג ווי „זיצט, מחותּן!“ אָדער „זיצט, מחותּנתטע!“ — קען מען אויף קיין אַנדער לשון נישט אַרויסברענגען.

איז וואָס זשע האָט מען צו דער שוויגער? ווײַזט אויס, אַז זי מיינט, אַז די שנור קומט נישט צון איר זון אָדער דער איידעם איז נישט ווערט איר טאָכטער, ווער די שנור אָדער דער איידעם זאָל נישט זײַן. אַזוי צי אַזוי איז דאָ אַ גאַנצער אַנטישוויגער־פֿאָלקלאָר, ווי ד”ר ע. אָלשוואַנגער האָט אַרויסגעברענגט אין זײַנע אַנטאָלאָגיעס:

***

אין אַ שטעטל האָט מען געבויט אַ נײַעם בריק איבערן טײַך. ס’איז געווען אָ לאַנגער און אַ ברייטער טײַך, איז ממילא דער בריק אויך געווען לאַנג און ברייט. אַז דער בריק איז שוין פֿאַרטיק געוואָרן, האָט מען גערעדט אין שטעטל, אַז מע דאַרף פֿריִער אויספּרובירן, צי ער איז גענוג שטאַרק, מע זאָל קענען אויף אים פֿאָרן. האָט מען געגעבן פֿאַרשיידענע עצות, ווי מע זאָל אויספּרובירן דעם בריק. איז געווען איינער אַ ייִד אַ חכם, ר’ עוזר, האָט ער געזאָגט אַזוי: „ס’איז דאָך אַ פּשוטע זאַך! מע דאַרף צוזאַמעננעמען וויפֿל ס’איז דאָ שוויגערס אין שטאָט, און מע דאַרף זיי לאָזן אַריבערגיין אַלע אין איינעם דעם בריק. איז וועט מען זען: וועלן זיי אַריבערקומען בשלום, איז גוט; און טאָמער וועלן זיי אַרײַנפֿאַלן אין טײַך און דערטרונקען ווערן, איז אויך ניט שלעכט“.

***

בײַ אונדז אויף חתונות שענקט יעדער פֿון די געסט דרשה־געשאַנק פֿאַרן פּאָרפֿאָלק. איינער שענקט זילבערנע לעפֿעלעך, דער צווייטער זילבערנע גאָפּלען, און ווײַטער שענקט מען לײַכטער מיט בעכער מיט נאָך אַזעלכע זאַכן. אָבער ס’איז פֿאַראַן אַנדערע, וואָס שענקען דעם חתן אָדער דער כּלה אַ חלק פֿון זייער לעבן. איין מאָל אויף אַ חתונה שטייט אויף אַ ייִד און זאָגט: „איך שענק דעם חתן צען מינוט לעבן“. הייבט זיך אויף אַן אַנדערער און זאָגט: „איך שענק דער כּלה צען מינוט פֿון מײַן לעבן“. אַ שיינע מתּנה און אַ ביליקע! דערנאָך איז אויפֿגעשטאַנען עפּעס אַ פּוילישער חסיד און זאָגט: „יאַך שענק דער כּלה צען יאָר לעבן“. ווערן דאָך אַלע נשתּומם און מע פֿרעגט דעם חסיד: „וואָס הייסט עפּעס? ווי אַזוי גיט איר אַוועק אַזוי פֿיל פֿון אײַער לעבן?“ ענטפֿערט ער: „נישט מײַן לעבן, מײַן שוויגערס לעבן!“