ייִדישע פּיאָנירן אין די קאָלאָראַדער בערג

Jewish Colonists Exploring Colorado Frontiers

שלתּיאלס און האַרטס קראָם אין קאָטאָפּאַקסי
Courtesy of the Beck Archives, CJS and Special Collections, University Libraries, University of Denver
שלתּיאלס און האַרטס קראָם אין קאָטאָפּאַקסי

פֿון אָדם ראָוונער (Forward)

Published January 08, 2015, issue of January 23, 2015.

שטעלט זיך פֿאָר אַ טיפּישן אַמעריקאַנער שטעטל אינמיטן אַ באַרגיקן לאַנדשאַפֿט, וואָס וואָלט געפּאַסט פֿאַר אַ דראַמע מיט פֿערד, הונגעריקע אינדיאַנער, דעם רײַכן בעל־הבית פֿון אַ שאַכטע מיט לאַנגע וואָנצעס, אַן איין־אויגיקן פֿאַרמער, וואָס באַוויינט זײַן אומגעקומענע באַליבטע כּלה און אַ באַן, וואָס טראָגט די פּרײַזלאָזיקע סחורה איבער די ווינטיקע ווילדע טאָלן. די מעשׂה קומט פֿאָר אין קאָטאָפּאַקסי, שטאַט קאָלאָראַדאָ, אויף די הויכע 6,000־פֿוסיקע בערג, מיט אַרום 140 יאָר צוריק.

אין פֿאַרגלײַך מיט די טיפּישע אַמעריקאַנער „וועסטערנס‟, האָט די באַן געטראָגט טאַקע גאָר אַ טײַערע סחורה, אָבער אַן אומגעוויינטלעכע: אַ ספֿר-תּורה פֿאַר דער אָרטיקער ייִדישער קהילה. עמנואל שלתּיאל, אַ ספֿרדישער געשעפֿטסמאַן, האָט דעמאָלט באַלעבאַטעוועט כּמעט איבער דעם גאַנצן שטעטל קאָטאָפּאַקסי. צוערשט, איז ער אָנגעקומען אויפֿן מערבֿ ווי אַ מלחמה־געפֿאַנגענער פֿונעם דרום. אַ דאַנק דעם דרייסטן אַנטשלאָסענעם כאַראַקטער, האָט זיך אים אײַנגעגעבן אויסצומײַדן דעם מעגלעכן טויט־שטראָף און אָנהייבן אַ נײַ לעבן. אינעם יאָר 1882 איז ער געוואָרן אַ מינערײַ־אינזשעניר און דער פּרעזידענט פֿון די קופּער־שאַכטעס אין קאָטאָפּאַקסי.

ווען שלתּיאל האָט באַזוכט ניו־יאָרק, האָט ער זיך פֿאַראינטערעסירט מיט דער טעטיקייט פֿון דער „הילף־געזעלשאַפֿט פֿאַר די העברעיִשע אימיגראַנטן‟ (HEAS) — אַ גרופּע פֿון רײַכע אַמעריקאַנער ייִדן, וואָס האָבן זיך געזאָרגט וועגן די פּאָגראָמען אין דער רוסישער אימפּעריע און געפּרוּווט צו העלפֿן די ייִדן זיך אַריבערצופּעקלען פֿון רוסלאַנד קיין אַמעריקע. אין יענער צײַט, האָט די אָדעסער באַוועגונג „עם־עולם‟ געגרינדעט אַ מין קיבוץ אין אָרעגאָן.

אינעם יאָר 1882 האָט לעאָן פּינסקער פֿאַרעפֿנטלעכט זײַן בראָשור „זעלבסט־עמאַנסיפּאַציע‟, וווּ ער האָט גערופֿן די ייִדן צו שאַפֿן אַ נאַציאָנאַלע היים אָדער אין פּאַלעסטינע, אָדער אין צפֿון־אַמעריקע. שלתּיאל האָט דעמאָלט פֿאָרגעלייגט אַן אייגענע ווערסיע פֿון דער ייִדישער עמאַנסיפּאַציע: אויף די „פֿאָספֿאָר־רײַכע באָדנס‟ פֿון דרום־קאָלאָראַדאָ.

ווען שלתּיאל איז געוואָרן דער בעל־הבית פֿון שאַכטעס און די אַרומיקע לענדער, האָט ער זיך באַקענט מיט מיכאל היילפּרין — דער אידעאַליסטישער פֿירער פֿון HEAS. גיבוירן אין רוסלאַנד און דערצויגן אין אַ טראַדיציאָנעלער פֿרומער משפּחה, איז ער שפּעטער געוואָרן אַ וועלטלעכער רעוואָציאָנער־געשטימטער מענטש. היילפּרין האָט געגלייבט, אַז אַמעריקע איז טאַקע אַ געראָטן אָרט פֿאַר ייִדישע אימיגראַנטן.

צוליב דער טעטיקייט פֿון שלתּיאל, הייפּרין און יעקבֿ מילשטיין, אַן אַנדער רוסישער ייִד, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין אַ ווירטשאַפֿטלעכער ייִדישער קאָלאָניע, האָט די באַפֿעלקערונג פֿון דער ייִדישער קהילה אין קאָטאָפּאַקסי שוין באַטראָפֿן אין אַפּריל 1882 50 נפֿשות. די ייִשובֿניקעס זענען אַלע געווען פֿרומע ייִדן. אין קאָלאָראַדאָ האָבן זיי זיך פֿאַרנומען מיט דער שווערער פֿאַרמערײַ־אַרבעט. עס האָט זיך צווישן זיי געטראָפֿן אַ געניטער טעסלער, אַ שנײַדער, אַ מלמד און אַ שוחט.

שאול־בער מילשטיין — איינער פֿון די פּראָמינענטע ייִדן אין קאָטאָפּאַקסי
Courtesy of the Beck Archives, CJS and Special Collections, University Libraries, University of Denver
שאול־בער מילשטיין — איינער פֿון די פּראָמינענטע ייִדן אין קאָטאָפּאַקסי

איינער פֿון די תּושבֿים האָט אָנגעהויבן האַנדלען מיט תּבֿואה; נאָך איינער האָט געעפֿנט אַ שענק. עס האָט זיך באַקומען אַ גאַנצע קהילה. אין פֿאַרגלײַך מיט די טיפּישע אַמעריקאַנער פּיאָנירן, האָבן זיי פֿאַרוואַנדלט אַ סקלאַד אין אַ קליינער שיל און אָנגענומען אַן אָרטיקן געזעץ, לויט וועלכן שבת טאָר קיינער נישט אַרבעטן. בראָש מיט יוליוס שוואַרץ, אַ יונגער באַאַמטער פֿון HEAS, האָבן זיי געפּראַוועט אַ הכנסת־ספֿר־תּורה. דעמאָלט האָט מען געלייענט די פּרשה „חוקות‟, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן לאַנגע ייִדישע וואַנדערונגען אינעם מידבר — גאַנץ צוגעפּאַסט צום טרוקענעם ראַיאָן, וווּ די קאָלאָניסטן האָבן זיך באַזעצט.

שפּעטער, איז צווישן שלתּיאל און שוואַרץ אויסגעבראָכן אַ מחלוקת. שלתּיאל האָט באַשולדיקט די פֿרומע תּושבֿים אין „פֿוילקייט‟ און „אָבערגלויבענישן‟, ווײַל זיי האָבן געפּטרט אַ סך צײַט אויף צוגרייטונגען צו יעדן ייִדישן יום־טובֿ. שוואַרץ האָט געטענהט פּונקט פֿאַרקערט, אַז די ייִשובֿניקעס זענען „ערשט־קלאַסיקע‟ און פֿלײַסיקע אַרבעטער. צוליב דעם שווערן קלימאַט, וועלכער האָט כּסדר חרובֿ געמאַכט די גערעטעניש, און אַ ריי אַנדערע צרות, האָבן אַ סך פּיאָנירן שפּעטער פֿאַרלאָזט דעם פֿאַרמערײַ־פּראָיעקט און אַוועקגעפֿאָרן פֿון קאָטאָפּאַקסי. אינעם יאָר 1884 איז די קאָלאָניע בטל געוואָרן.

דזשאָאַן אַבראַמס, אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון געשיכטע בײַם דענווער־אוניווערסיטעט, וועלכע האָט אָנגעשריבן צוויי ביכער וועגן די בראַווע ייִדישע פּיאָנירן, האָט באַמערקט, אַז הגם שלתּיאלס טרוימען זענען דורכגעפֿאַלן, האָט דער קורצער פּעריאָד פֿונעם לעבן אין קאָטאָפּאַקסי געהאָלפֿן די קאָלאָניסטן צו ווערן געניטע ייִדישע טוער, וועלכע האָבן איבערגעלאָזט אַ ממשותדיקע השפּעה אויפֿן אַמעריקאַנער מערבֿ — ווען זיי האָבן זיך באַזעצט אין דענווער — 150 מײַל פֿון דער פֿאַרלאָזטער קאָלאָניע.