אינעם אַטאַק אויף דער פּאַריזער הויפּטקוואַרטיר פֿון דעם פֿראַנצייזישן סאַטירישן זשורנאַל „שאַרלי העבדאָ‟ מיטוואָך, דעם 8טן יאַנואַר, איז איינער פֿון די צוועלף אומגעקומענע געווען דער 80־יאָריקער ייִדישער קאַרטוניסט זשאָרזש וואָלינסקי. דער שעף־רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל, סטעפֿאַן שאַרבאָניע, איז אויך דערהרגעט געוואָרן אינעם אַטאַק.
ווי אַ פּועל־יוצא, האָבן די ייִדישע אינסטיטוציעס אין דער פּאַריזער געגנט תּיכּף פֿאַרשטאַרקט זייערע זיכערהייט־מיטלען אויפֿן העכסטן ניוואָ.
שאַרבאָניע איז שוין יאָרן לאַנג געווען אונטערן אויפֿזיכט פֿון דער פּאָליציי צוליב טויט־דראָונגען קעגן אים אין שײַכות מיט זײַנע קאַריקאַטורן קעגן איסלאַם, אַרײַנגערעכנט איין בילד, וואָס ווײַזט ווי מוסולמענישע פֿאַנאַטיקער קעפּן דעם פּראָפֿעט מאָכאַמעד פֿאַר זײַן אַן „אינפֿידעל‟.
דער טוניזיע־געבוירענער וואַלינסקי איז אויך געווען באַקאַנט פֿאַר זײַנע צינישע און צו־מאָל פּראָסטע קאַריקאַטורן אין „שאַרלי העבדאָ‟. אין איינעם פֿון וואַלינסקיס קאַריקאַטורן, פּובליקירט אין 2002, גייט אַ מוסולמעניש מיידל מיט איר מאַמען דורך אַ מלחמה־צעשטערטער גאַס אינעם מיטעלן מיזרח. די טאָכטער פֿרעגט: „וואָס איז טײַטש ׳אַ פֿרײַע פֿרוי׳?‟ די מאַמע שווײַגט און דערלאַנגט איר אַ בוך מיטן טיטל: „העלאָ, טרויער‟.
נאַציאָנאַלע פֿירער און אַליִיִרטע לענדער האָבן באַצייכנט דעם אַטאַק אויף „שאַרלי העבדאָ‟ ווי אַן אַטאַק אויף דעמאָקראַטיע, און די גלאָקן פֿונעם קאַטעדראַל נאָטער־דאַם האָבן געהילכט בעת אַ מינוט פֿון שטילשווײַגן איבערן לאַנד.
לויט די ווידעאָ־אָפּשיטן, זענען דרײַ מאַסקירטע מאַנצבילן אָנגעקומען פֿאַרן בנין פֿונעם צײַטונג־ביוראָ אין אַ שוואַרצן אויטאָ. באַלד ווי זיי זענען אַרויס אויף דער גאַס, האָבן זיי דערשאָסן אַ פּאָליציאַנט, וועלכער האָט געהיט דעם בנין. דערנאָך זענען זיי אַרײַן אינעווייניק, געפֿרעגט יעדן מיטאַרבעטער ווי ער הייסט, און אָנגעהויבן שיסן. לויט די עדות איז געווען קלאָר, אַז די טעראָריסטן ווייסן פּונקט וועמען זיי זוכן. דערבײַ האָבן די טעראָריסטן אויסגעשריגן: „אַלאַ איז דער אַלמעכטיקסטער!‟ אויף אַראַביש, און זענען אַנטלאָפֿן.
צוויי פֿון די פֿאַרדעכטיקטע זענען סאַיִד קואַכי, 34 יאָר אַלט, און זײַן ברודער, שעריף, 32 יאָר אַלט. דער דריטער איז כאַמיד מוראַד, 18 יאָר אַלט. די צוויי ברידער, וועלכע זענען שוין באַקאַנט אין די אויסשפּיר־אינסטאַנצן, זענען ביידע געבוירן געוואָרן אין פּאַריז — אַ סימן, אַז פֿראַנקרײַך שטייט שוין אין סכּנה פֿון מוסולמענישע עקסטרעמיסטן, וועלכע זענען נישט פֿון אויסלאַנד, נאָר דווקא הי־געבוירענע.
דאָנערשטיק אין דער פֿרי האָט אַ וואָרטזאָגער פֿון דער פּאַריזער פּראָקוראַטור געמאָלדן, אַז מוראַד האָט זיך שוין איבערגעגעבן דער פּאָליציי אין שאַרלוויל־מעזיער, בערך 145 מײַל פֿון פּאַריז. גלײַכצײַטיק האָט די פּאָליציי געמאַכט אַן אָבלאַווע 70 קילאָמעטער פֿון פּאַריז, נאָך דעם ווי אַן עדות האָט איבערגעגעבן, אַז ער האָט געזען די צוויי ברידער בײַ אַ בענזין־סטאַנציע אינעם ראַיאָן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.