דער ווראָצלאַווער אוניווערסיטעט האָט מאָנטיק געמאָלדן, אַז ער וועט סימבאָליש אומקערן די 262 דאָקטאָראַטן — ס׳רובֿ פֿון ייִדישע אַקאַדעמיקער — וואָס די נאַציס האָבן געהאַט אַנולירט מיט כּמעט 80 יאָר צוריק. די צערעמאָניע וועט פֿאָרקומען דעם 22סטן יאַנואַר.
דער ענין איז אַ ביסל קאָמפּליצירט צוליב דעם, וואָס די דיפּלאָמען האָט מען לכתּחילה אויסגעטיילט בײַ אַן אוניווערסיטעט, וואָס עקזיסטירט נישט מער. דער אוניווערסיטעט, און די שטאָט, וווּ ער געפֿינט זיך, זענען אַמאָל געווען אַ טייל פֿון דײַטשלאַנד, און געהייסן ברעסלאַו. נאָכן סוף פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה אין 1945, איז די שטאָט געוואָרן אַ טייל פֿון פּוילן, און דעם דײַטשישן אוניווערסיטעט האָט מען געשלאָסן. די סטודענטן און לערער פֿון דער אינסטיטוציע האָט מען איבערגעפֿירט אינעם דײַטשן אוניווערסיטעט פֿון קעלן, בעת דער פֿיזישער קאַמפּוס פֿונעם ברעסלאַווער אוניווערסיטעט איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ פּוילישן לערן־אַנשטאַלט — דער ווראָצלאַווער אוניווערסיטעט.
„ס׳איז אַ סימבאָלישער זשעסט,‟ האָט באַמערקט דער וואָרטזאָגער פֿונעם ווראָצלאַווער אוניווערסיטעט, יאַצעק פּזשיגאָדזקי.
אונטערן נאַצי־רעזשים האָבן אַ סך אוניווערסיטעטן אַנולירט די דיפּלאָמען און טיטלען בײַ ייִדישע און אַנדערע אַקאַדעמיקער, וואָס זיי האָבן פֿאַררעכנט פֿאַר פֿײַנטלעך צו די נאַציס. דער ברעסלאַווער אוניווערסיטעט האָט צוריקגעצויגן 262 פֿון די דאָקטאָראַטן.
„אַפֿילו לויט די סטאַנדאַרטן פֿון דײַטשלאַנד, האָט דער סענאַט פֿונעם ברעסלאַו־אוניווערסיטעט דורכגעפֿירט די נאַציסטישע גזירה אויף גאָר אַ פֿלײַסיקן אופֿן,‟ האָט דער דײַטשער היסטאָריקער קײַ קראַניך לעצטנס איבערגעגעבן דער פּוילישער צײַטונג „גאַזעטאַ וויבאָרטשאַ‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.