ניו־סקווער, נ״י. — ווען הרבֿ שלום גרינבערג רעדט וועגן די געזונט־מעלות פֿון מילגרוים־זאַפֿט, קלינגט ער ממש ווי אַן עקספּערט פֿון אַלטערנאַטיווער מעדיצין — אָבער מיט אַ היימישן ייִדישן אַקצענט.
יעדן יאַנואַר באַקומט גרינבערגס חסידישע חסד־אָרגאַניזאַציע בערך 40,000 פֿונט קאַליפֿאָרניער מילגרוימען; אירע אַרבעטער קוועטשן אויס פֿון זיי דעם זאַפֿט, און צעשיקט עס, פֿרײַ פֿון אָפּצאָל, צו קראַנקע פֿרומע ייִדן אין די פֿרומע געגנטן פֿון ברוקלין; לייקוווּד, ניו־דזשערזי און ראָקלאַנד־קאַונטי, נ״י.
בעת אַ טור פֿון דער זאַפֿט־פּראָדוקציע, לעצטנס, האָט גרינבערג דערקלערט: „דער זאַפֿט האַלט אויף דאָס בלוט־בילד — בפֿרט בײַ מענטשן, וואָס מאַכן דורך כעמאָטעראַפּיע. אויב דאָס בלוט־בילד איז גוט, באַקומט דער גוף מער כּוח צו באַקעמפֿן די קראַנקייט.‟
אַ סך פֿירמעס פֿון שפּײַז און וויטאַמין־פּילן פּריידיקן די כּלומרשטדיקע מעלות פֿון מילגרוימען, וועלכע האָבן אַ הויכן פּראָצענט אַנטיאָקסידאַנטן, און דער פֿרוכט פֿאַרנעמט אויך אַ ספּעציעל אָרט אין דער ייִדישער טראַדיציע, ווײַל מע זאָגט, אַז מילגרוימען האָבן 613 קערעלעך — פּונקט ווי די צאָל מיצוות אין דער תּורה. דער בית־המיקדש און דער ראָק פֿונעם כּהן־גדול זענען אויך געווען באַצירט מיט מילגרוים־דעקאָראַציעס.
פֿון אַ וויסנשאַפֿטלעכן קוקווינקל זענען דערווײַל דאָ ווייניק באַווײַזן, אַז מילגרוימען זענען טאַקע גוט צום געזונט, און אין יאָר 2010 האָט דער שפּײַז־און־מעדיקאַמענטן דעפּאַרטאַמענט טאַקע געוואָרנט די פּראָדוצירער פֿון דער גרעסטער פֿירמע פֿון מילגרוים־זאַפֿט, Pom Wonderful, זיי זאָלן אויפֿהערן צו פּריידיקן, אַז דער פֿרוכט קען באַקעמפֿן קראַנקייטן. Pom Wonderful שענקט יעדעס מאָל זייערע מילגרוימען צו גרינבערגס צדקה־אָרגאַניזאַציע.
גרינבערג טענהט אָבער, אַז דער מילגרוים־זאַפֿט טאָר נישט זײַן פּאַסטעריזירט: „אַז מע פּאַסטעריזירט עס, איז עס גאָרנישט ווערט, ווײַל דער נאַטירלעכער עלעמענט פֿאַרשווינדט.‟ פּאַסטעריזאַציע הייסט איבערזידן דעם פּראָדוקט, כּדי צו הרגענען די באַקטעריע און פֿאַרלענגערן זײַן דויערדיקייט.
דאָס אויסטיילן מילגרוים־זאַפֿט פֿאַר פּאַציענטן איז בלויז איינע פֿון די פֿליכטן, וואָס די 4.5 מיליאָן־דאָלאַרדיקע צדקה־אָרגאַניזאַציע פֿירט דורך. (ביז מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט „חסד 24/7‟ געהייסן „חסד פֿון ניו־סקווער‟.)
די אָרגאַניזאַציע האָט 16 „חסד־צימערן‟ אין די שפּיטאָלן איבער ניו־יאָרק און ניו־דזשערזי, וווּ פּאַציענטן און משפּחות קענען געפֿינען כּשר עסן און אַנדערע באַדערפֿענישן, ווי אויך אַ דירה לעבן דעם מעדיצינישן צענטער פֿון קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט, וווּ קרובֿים פֿון די פּאַציענטן קאָנען אײַנשטיין, בפֿרט שבת. די גרופּע ברענגט אויך היימישע כּשרע מאָלצײַטן צו די פּאַציענטן אין שפּיטאָלן; באַזאָרגט צוריקגעשטאַנענע פֿרומע ייִדן מיט טעגלעכע פּראָגראַמען, באַצאָלט דורך „מעדיקייד‟, און פֿירט אָן מיט אַן אויטאָבוס־באַדינונג צווישן די שפּיטאָלן און דער „חסד‟־הויפּטקוואַרטיר אין ניו־סקווער, בערך 30 מײַל צפֿון פֿון צענטער־מאַנהעטן.
די אָרגאַניזאַציע איז געגרינדעט געוואָרן מיט 25 יאָר צוריק דורך וואָלונטירן אין ניו־סקווער. גרינבערגס פֿרוי חווי [כאַווי] האָט אים אינספּירירט עס צו טאָן, ווען זי האָט געהאָלפֿן אַ פֿרוי אין ניו־סקווער דורכצופֿירן צדקה־אַרבעט פֿאַר קראַנקע ייִדן.
ס׳רובֿ פֿונעם בודזשעט פֿון „חסד 24/7‟ קומט דורך „מעדיקייד‟־פֿאָנדן, אָבער די אָרגאַניזאַציע פֿאַרלאָזט זיך אויך אַ סך אויף אירע וואָלונטירן.
די מאָלצײַטן, וואָס „חסד‟ ברענגט אין די שפּיטאָל־צימערן ווערן צוגעגרייט אין די קיכן פֿון ניו־סקווערער באַלעבאָסטעס, וועלכע באַצאָלן פֿאַר די באַשטאַנדטיילן פֿון דער אייגענער קעשענע. די „שבת־פּעקלעך‟, וואָס מע ברענגט די פּאַציענטן אין שפּיטאָל גרייטן צו שולקינדער — אַ מאָל ווי אַן אַקטיוויטעט אויף אַ געבוירן־טאָג שׂימחה. בערך 150 וואָלונטירן ניצן זייערע אייגענע אויטאָס, כּדי אָפּצופֿירן מענטשן אין שפּיטאָל און צוריק אַהיים — אַ מאָל אַפֿילו אַזוי ווײַט ווי באָסטאָן.
„מײַן מאַן וועט איבעררײַסן זײַן וועטשערע, אויב מע קלינגט אים ער זאָל עמעצן צופֿירן,‟ האָט אַ ניו־סקווערער אײַנוווינערין, ביילי קאַופֿמאַן, געזאָגט וועגן איר מאַן, אַ „חסד‟־וואָלונטיר.
גיטי ביסטאָן, איינע פֿון די צענדליקער פֿרויען, וועלכע קאָכן עסן פֿאַר שפּיטאָל־פּאַציענטן, זאָגט, אַז די פֿיר מאָלצײַטן, וואָס זי מאַכט יעדע וואָך, זענען בכלל נישט קיין עול. „פֿאַרקערט, עס גיט מיר אַ געלעגנהייט צו טאָן אַ מיצווה.‟ געוויינטלעך, פּאַקט זי אײַן אַ פּאָרציע הינדל אָדער רינדערן פֿלייז, קאַרטאָפֿל־פּירע אָדער אַ זיסן לאָקשן־קוגל, אַ גרינס און אַ דעסערט ווי עפּל־פּײַ. אויב זי מאַכט געהאַקטע לעבער, באַצירט זי עס מיט אוגערקעס, פּאָמידאָרן און זיסע רויטע פֿעפֿערן, אין דער פֿאָרעם פֿון אַ בלימעלע.
„איך וויל, אַז דער פּאַציענט זאָל האָבן עפּעס שיינס אָנצוקוקן,‟ האָט זי דערקלערט. „אַבי אויף אַ שטיקל צײַט צו פֿאַרגעסן די צרות.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.