פֿרײַטיק, דעם 9טן יאַנואַר, זענען צום ווייניקסטן פֿיר מענטשן דערהרגעט געוואָרן אין אַ כּשרער סופּערמאַרקעט, וואָס געפֿינט זיך אין פּאָרט־דע־ווינסען — אַ ראַיאָן אינעם מיזרחדיקן טייל פֿון פּאַריז, וווּ עס וווינען אַ סך ייִדן. בעת דער פּאָליציי־אָבלאַווע איז דערשאָסן געוואָרן דאָס באַוואָפֿנטע פּאָרפֿאָלק, וואָס האָבן זיך אַרײַנגעריסן אין דער קראָם. לויט די ידיעות זענען פֿיר ערבֿניקעס דערהרגעט געוואָרן, און צווישן די 15 באַפֿרײַטע זענען עטלעכע מענטשן שווער פֿאַרוווּנדעט. בעת דעם אַטאַק האָבן זיך אין דער קראָם געפֿונען אַ צאָל פֿרויען און קינדער.
די פּאָליציי איז חושד, אַז די פֿאַרכאַפּער, דער 32־יאָריקער אַמעדי קוליבאַלי און זײַן חבֿרטע, די 26־יאָריקע אַיאַט בומידיען, זענען פֿאַרמישט אינעם מאָרד פֿון דער אומבאַוואָפֿנטער 27־יאָריקער פּאָליציאַנטקע קלאַריסאַ זשאַן־פֿיליפּ, וועלכע האָט דעם 8טן יאַנואַר פּאַטרולירט די פּאַריזער פֿאָרשטאָט מאָנטרוזש. מע איז זיך אויך משער, אַז דער דאָזיקער אַטאַק האָט אַ שײַכות צו דער שיסערײַ אין „שאַרלי עבדאָ‟.
צוויי הויפּט־פֿאַרדעכטיקטע אינעם אויסהרגענען די רעדאַקציע פֿון „שאַרלי עבדאָ‟, דער 34־יאָריקער סאַיִד קואַשי און זײַן 33־יאָריקער ברודער, שעריף קואַשי, זענען דערהרגעט געוואָרן פֿרײַטיק נאָך אַ מאַסיווער אָבלאַווע אינעם שטעטל דאַמאַרטען־אַן־גאָעל, בערך 25 מײַל אויף צפֿון־מיזרח פֿון פּאַריז. דער דריטער, דער 19־יאָריקער כאַמיד מוראַד, האָט זיך אַליין איבערגעגעבן צו דער פּאָליציי.
די רונדע פֿון בלוטיקע געשעענישן האָט שטאַרק פֿאַרזאָרגט די ייִדישע קהילה. די פּאָליציי־אינסטאַנצן האָבן געהייסן פֿאַרמאַכן אַלע ייִדישע קראַמען אויפֿן „פּלעצל‟, די באַקאַנטע ייִדישע געגנט אינעם צענטראַלן פּאַריזער קוואַרטאַל מאַרע, אַרום דער גאַס ראָזיע. די אָרטיקע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן רעקאָמענדירט דאָס צו טאָן אינעם גאַנצן לאַנד. די צענטראַלע גרויסע שיל אין פּאַריז האָט זיך פֿאַרמאַכט, ווען איר אַדמיניסטראַציע איז געווויר געוואָרן וועגן דער פֿאַרכאַפּונג אין דער כּשרער קראָם.
דער אַטאַק אויפֿן זשורנאַל האָט אַרויסגערופֿן אַן אָפּרוף מצד די רעכטע עקסטרעמיסטן אַקטיוויסטן, וועלכע האָבן דעם 8טן יאַנואַר פּאָגראָמירט און באַשאָסן אַ צאָל מעטשעטן און מוסולמענישע קראָמען. סאַשאַ ריינגעווירץ, דער 28־יאָריקער פּרעזידענט פֿונעם פֿראַנצויזיש־ייִדישן סטודענטן־פֿאַראיין, האָט געטענהט, אַז די רעגירונג טוט נישט גענוג, כּדי צו באַשיצן די ייִדישע קהילה אינעם לאַנד, וווּ עס האָט זיך געשאַפֿן אַ סכּנותדיקע סיטואַציע; אַ סך פֿראַנצויזישע ייִדן האָבן הײַנט מורא צו באַווײַזן זיך אינדרויסן מיט אַ יאַרמלקע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.