ווען איך פֿלעג דאַווענען בײַם חב”ד, האָט דער רבֿ אַ מאָל געזאָגט, אַז פֿון יעדן מענטשן קען מען זיך עפּעס לערנען — אָן אויסנאַם. אין יעדן איינעם איז דאָ אַ פֿינקעלע, עפּעס אַ יחידישקייט, וואָס קען באַרײַכערן דאָס וויסן און דאָס לעבן פֿון די אַנדערע. מסתּמא, האָט ער טאַקע געזאָגט „פֿון יעדן ייִדן‟, ניט פֿון יעדן מענטשן סתּם, ווײַל בײַם חב”ד האָבן דאָך די גויים נאָר אַ נשמה־בהמית, קען מען זיך ניט ריכטן, אַז אַ רבֿ זייערער זאָל אַרויסקומען מיט אַזעלכע אָפּטימיסטישע רייד, ווי עס האָט זיך מיר פֿאַרגעדענקט.
דאָס איז מיר איצט געקומען אויפֿן זינען אין שײַכות מיט די איסלאַמיסטן־טעראָריסטן, וואָס האַלטן אין איין דערשיסן אומשולדיקע מענטשן, שוין לאַנג אין מיטעלן־מיזרח, און די לעצטע טעג ספּעציעל אויף די גאַסן פֿון פּאַריז. וואָס קענען מיר זיך לערנען פֿון די דאָזיקע מערדער און פֿאַנאַטיקער? איך האַלט ניט, אַז מע קען זיי אָפּטיילן פֿון אונדז ווי אַן אַנדער סאָרט מענטש; מיר דאַרפֿן אָנערקענען אונדזער אַלעמענס בשותּפֿותדיקע מענטשלעכקייט. די טעראָריסטן האָבן אויך משפּחה און פֿרײַנד, וואָס זיי האָבן ליב, ווי אויך אַלע אַספּעקטן פֿון דער מענטשלעכער פּערזענלעכקייט. מע קען אַפֿילו אויסרעכענען זייערע מעלות: זייער איבערגעגעבנקייט צו דער זאַך, זייער געטרײַשאַפֿט, זייער קרבנות־גרייטקייט, זייער מוטיקייט אויפֿן שלאַכטפֿעלד.
ס’איז ניט שייך אָפּצופֿרעגן זייער קוראַזש, זיי צו רופֿן „פּחדנים‟, ווי עס טוען אַ סך קאָמענטאַטאָרן. פֿאַרקערט, ווען די דאָזיקע טעראָריסטן וואָלטן געקעמפֿט לטובֿת אַנדערע אידעאַלן, למשל, אין דער אַמעריקאַנער אַרמיי, וואָלט מען זיי פֿאַררעכנט פֿאַר גרויסע העלדן און געמאַכט „אַקציע‟־פֿילמען, באַזירט אויף זייערע טעטיקייטן. מע קען זיי אויך ניט אָפּשטעמפּלען ווי משוגעים, זיי זײַנען געזונט און שטאַרק, בײַם קלאָרן זינען, הלוואַי אויף אונדז אַלעמען געזאָגט געוואָרן. זיי פֿירן פּשוט אויס מיט שׂכל אויף אַ לאָגישן אופֿן דאָס, וואָס ווערט געפֿאָדערט לויט זייער אינטערפּרעטאַציע פֿון דער איסלאַמישער רעליגיע. דאָס קען מען אויך פֿאַררעכענען פֿאַר אַ מעלה זייערער: אַזאַ אמונה־שלמה, אַז זיי וועלן נאָך זען זייערע 70 בתולות אויף יענער וועלט, דאַרף מען הײַנט זוכן מיט ליכט בײַ אַנדערע גלייביקע.
דער טרויעריקער פֿאַקט איז אָבער, אַז ניט געקוקט אויף זייערע גרויסע מעלות, גלייבן די איסלאַמיסטן־טעראָריסטן אין אַ סך ליגנס, און צוליב די דאָזיקע ליגנס, קענען זיי ניט לעבן בשלום מיט דער מאָדערנער ציוויליזאַציע. די איסלאַמיסטישע אידעאָלאָגיע איז אַרײַן אין זיי ווי אַ ווירוס, וואָס ס׳איז גאָר שווער אויסצוהיילן דערפֿון, און כּל־זמן זיי זײַנען אָנגעשטעקט, זײַנען זיי אַ שטענדיקע סכּנה פֿאַר אַלעמען, אַפֿילו פֿאַר זיך אַליין. מיר דאַרפֿן אָנערקענען די ערלעכקייט פֿון זייער גלויבן, אַז זיי מיינען דאָס וואָס זיי זאָגן; און מיטן גאַנצן דרך־ארץ פֿאַר מענטשן, וואָס שטייען אויף אַ הויכער גײַסטיקער מדרגה, דאַרפֿן מיר אײַנזען, אַז מיר קענען ניט לעבן אויפֿן זעלביקן פּלאַנעט מיט זיי צוזאַמען. ממה־נפֿשך, אָדער מיר, אָדער זיי; אָדער מיר וועלן פֿון זיי פּטור ווערן — מיט כּוח זיי איזאָלירן, אײַנזעצן אין תּפֿיסה, טייטן — אָדער זיי וועלן אונדזערע מענטשן ווײַטער דערהרגענען.
עס פֿאַרשטייט זיך, אַז די איסלאַמיסטן צילן דווקא צו פּראָוואָצירן די מערבֿ־וועלט, כּדי צו שאַפֿן אַ גרעסערן קאָנפֿליקט, אין וועלכן זיי וואָלטן געקענט אַרײַנציִען אויף זייער צד אַ סך פֿון זייערע גלויבנס־ברידער, וואָס שטייען נאָך אין אַ זײַט. דאָס וואָלט אַוודאי געווען אַ קאַטאַסטראָפֿע פֿאַר דער מענטשהייט, און דער מערבֿ טאָר זיך ניט לאָזן פּראָוואָצירן. פֿון דעסטוועגן, ניט־טשעפּענדיק די מאָסיקע מוסולמענער, דאַרף דער קאַמף קעגן די איסלאַמיסטן ווערן אויסגעברייטערט און דורכגעפֿירט בשלמות, כּדי צו עלימינירן דעם דאָזיקן ווירוס אויף שטענדיק. זיי, וואָס זוכן צו ווערן מאַרטירער, זאָלן מיר פֿאַרלײַכטערן דעם וועג אויף יענער וועלט — מיטן גאַנצן דרך־ארץ פֿאַר זייער גלויבן און פֿאַר זייער מענטשלעכער ווערדע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.