אַ טאַטע הייבט אויף זײַן קינד נענטער צום באַשיידענעם ברוינלעכן־גרויען שטיק באַזאַלט — אַ האַרטער וווּלקאַנישער מין שטיין, גוט צוגעפּאַסט פֿאַר דענקמעלער — און טײַטלט מיטן פֿינגער, אָנווײַזנדיק אויף עטלעכע אויסגעקריצטע צייכנס, וואָס מע האָט ספּעציעל באַפֿאַרבט אין ווײַס, כּדי יעדער זאָל זיי באַמערקן. דער טאַטע דערקלערט דעם זון, אַז אויף דער אוראַלטער סטעלע שטייט געשריבן מיט די העברעיִשע אותיות „דוד המלך‟, און הייבט אָן האַלב־שעפּטשענדיק זינגען די באַקאַנטע שורה פֿונעם קידוש־לבֿנה, „דוד מלך ישׂראל חי וקיים‟, אויך באַקאַנט ווי אַ פּאָפּולער לידל.
דעם 4טן יאַנואַר — דער לעצטער טאָג, ווען די אויסשטעלונג איז נאָך געבליבן אָפֿן — האָט די סטעלע נאָך אַלץ צוגעצויגן אַ באַזונדערן אויפֿמערק פֿון די מוזיי־באַזוכער, אַרײַנגערעכנט גאַנצע ייִדישע משפּחות מיט קינדער. ווי היסטאָרישע וויכטיקייט פֿונעם עקספּאָנאַט, אַנטדעקט אין 1993־1994 בעת די אויסגראָבונגען אין תּל־דן, אַ היסטאָריש אָרט לעבן קרית־שמונה, בײַ דער גרענעץ פֿון לבֿנון, באַשטייט אין דעם, וואָס אויפֿן שטיינערנעם דענקמאָל ווערט דערמאָנט אַ פֿראַזע, וואָס מע קאָן אָפּטײַטשן ווי דוד־המלכס נאָמען. מע איז זיך משער, אַז אויפֿן דאָזיקן אָרט איז אַמאָל געשטאַנען די שטאָט, וואָס אין תּנ״ך ווערט אָנגערופֿן דן, לשם אָדער ליש. אַחוץ דעם עדות פֿון תּנ״כישן טעקסט, בלײַבט דוד־המלך נאָך אַלץ אַ מיסטעריעזע פֿיגור.
צו פֿאָטאָגראַפֿירן די ספּעציעלע אויסשטעלונג איז געווען פֿאַרווערט. די אויפֿזעער אין די אַנדערע זאַלן האָבן אָבער נישט נאָכגעשפּירט צו שטרענג. צוליב דעם באַזונדערן אינטערעס צו דער סטעלע האָט מען געשטעלט אַרום איר צוויי וואַכזאַמע באַאַמטע, וועלכע האָבן געהאַלטן אין איין וואָרענען, אַז מע טאָר נישט מאַכן קיין פֿאָטאָגראַפֿיעס.
אין דער אמתן, האָט דער דאָזיקער ייִדישער באַזוכער נישט אינגאַנצן געשילדערט זײַן קינד די באַרימטע סטעלע פֿון תּל־דן, וועלכע מע האָט געוויזן די ניו־יאָרקער אויף אַ ספּעציעלער אויסשטעלונג אינעם „מעטראָפּאָליטאַנער מוזיי‟. די מוזיי־אַדמינסטראַציע גופֿא האָט באַגלייט די סטעלע מיט אַ אומפּינקטלעך צעטל, אַז דאָס איז דער איינציקער זכר פֿון דוד־המלך, מחוץ דעם תּנ״ך.
אַן אַנדער באַרימטע באַזאַלט־סטעלע, גרעסערע און שענערע אויפֿגעשטעלט דורכן מואבֿישן מלך מישע אינעם זעלבן פּעריאָד, מיט אַן ערך 2,850 יאָר צוריק, לאָזט זיך אויך אָפּגעטײַטשט צו ווערן ווי אַ דערמאָנונג פֿון דוד־המלך. דער דאָזיקער מאַיעסטעטישער מאָנומענט איז אַנטדעקט געוואָרן מיט 150 יאָר צוריק אין יאָרדאַניע. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז דוד־המלך ווערט אין ביידע דאָקומענטן נישט דערמאָנט ווי אַ קאָנקרעטע פּערזענלעכקייט. צוליב דעם, לייגן אַ טייל היסטאָריקער פֿאָר אַלטערנאַטיווע אינטערפּרעטאַציעס. בפּשטות, איז אָבער דער באַדײַט פֿון דער פֿראַזע „בית־דוד‟ גאַנץ קלאָר.
די אותיות אויפֿן דענקמאָל זענען נישט הײַנטצײַטיקע ייִדישע, נאָר ענלעך צו פֿיניקישע, און דער טעקסט איז אָנגעשריבן אויף אַראַמיש. דער מחבר איז געווען, מסתּמא, דער אַראַמישער מלך חזאל, דערמאָנט אינעם ערשטן טייל פֿונעם תּנ״כישן ספֿר־מלכים. אויף דער סטעלע באַרימט ער זיך, אַז ער האָט מיט אַ גרויסן נצחון דערהרגעט 70 מלכים, אַרײַנגערעכנט דעם „מלך ישׂראל‟ און „..ך בית דוד‟. ווי עס געווען דער שטייגער אין יענער תּקופֿה, זענען צווישן די ווערטער נישטאָ קיין בלויזן; דערצו, איז דער שטיין צעבראָכן און היפּש צעשעדיקט. מע קאָן זיך אָבער משער זײַן, אַז די רייד גייט וועגן יהורם בן אַחאָבֿ און זײַן פּלימעניק, אַחזיה בן יהורם פֿונעם קאָנקורירנדיקן מלכות־יהודה.
דער תּנ״ך דערציילט, אַז אַחזיה איז אומגעקומען בעת דעם אויפֿשטאַנד פֿון יהוא בן יהושפֿט, וועלכער איז אויפֿגעקומען אינעם שפּיץ פֿונעם מלכות־ישׂראל נאָכן דערהרגענען דעם פֿריִערדיקן קיניג, יהורם בן אַחאָבֿ. דער אַשורישער מלך שלמנאסר דער דריטער האָט איבערגעלאָזט אַ שיינעם אָבעליסק, באַצירט מיט אַ באַרעליעף, וואָס ווײַזט, ווי יהוא — אויב דאָס איז טאַקע דער זעלבער מענטש — בוקט זיך פֿאַר אים און גיט אים טײַערע מתּנות.
בעת מײַן באַזוכן די אויסשטעלונג, האָב איך זיך פֿאַרטראַכט וועגן אַ וויכטיקן מאָמענט. ווען מע קוקט אויף די אוראַלטע עקספּאָנטן, דאַרף מען שטרעבן צו פֿאַרגעסן די אַסאָציאַציעס מיט די הײַנטיקע רעאַליעס, וועלכע קאָנען אַרויסרופֿן אַ סך פּלאָנטער. למשל, די אוראַלטע נעמען ווערן נישט זעלטן באַנוצט אויף נאַרישע נאַציאָנאַליסטישע צוועקן.
די אויסשטעלונג הייבט זיך אָן מיט עטלעכע חפֿצים, אַרײַנגערעכנט אַ שיין ביר־קריגל, וואָס זענען געבליבן פֿון די פּלשתּים — דאָס אוראַלטע פֿאָלק, וואָס האָט מיט דרײַ טוינזט יאָר צוריק באַזעצט די געגנט אַרום עזה, אַשקלון און אַשדוד. אַחוץ דעם שיכּערײַ־געפֿעס, האָבן זיי אויך איבערגעלאָזט זייער נאָמען, באַקאַנט הײַנט ווי פּאַלעסטינע.
ס׳איז טאַקע מעגלעך, אַז דער דאָזיקער נאָמען איז אויפֿגעקומען אַ סך פֿריִער, ווי דאָס וואָרט „ישׂראל‟. ווען די אַמאָליקע ייִדישע שבֿטים וואָלטן באַזוכט דעם הײַנטיקן תּל־אָבֿיבֿ, וואָלט עס אָבער פֿאַר זיי זיכער אויסגעזען ווי אַ גאַנץ פֿרעמד אָרט, אין פֿאַרגלײַך מיט די באַקאַנטע שיכּורים אינעם שכנישן ארץ־פּלשתּים אָדער די פֿאַרמעגלעכע פֿיניקישע פֿרויען, וועלכע פֿלעגן מיט 3,000 יאָר צוריק טראָגן שיינע אוירינגלעך באַצירט מיט גאָלדענע סאָוועס. ס׳רובֿ חפֿצים אויף דער אויפֿשטעלונג „פֿון אַסיריע ביז איבעריע בײַם קאַיאָר פֿון דער קלאַסישער תּקופֿה‟ זענען געווען אַזעלכע פּרעכטיקע יוּוועליר־באַצירונגען און אַנדערע קונסט־ווערק.
פֿון דער צווייטער זײַט, ווייסט מען וועגן יענע אוראַלטע פּלשתּים גאָר ווייניק — אַחוץ אַזעלכע איינצלנע טשיקאַווע פֿאַקטן, ווי זייער טראַדיציע צו פּראַווען פֿילטעגיקע שיכּורע שׂימחות, ווי עס ווערט דערציילט אין דער תּנ״כישער מעשׂה וועגן שמשון־הגבורס פּלאַן חתונה צו האָבן מיט אַ בת־פּלשתּים. עס קאָן זײַן, אַז זייער קולטור איז געווען נענטער צו די גריכן.
די אַראַבער האָבן טאַקע יאָ געוווינט אין ארץ־ישׂראל מיט איבער 2,000 יאָר צוריק. אַ טוץ מגילות פֿון דער באַרימטער גניזה בײַם ים־המלח זענען אָנגעשריבן אויף נאַבאַטיש — דער געשריבענער אַראַמישער דיאַלעקט, מיט וועלכן עס האָבן זיך באַנוצט די אָרטיקע אַראַבישע שבֿטים. אַ סך פֿון זיי האָבן זיך מגייר געווען, אָפֿט בגוואַלד, אונטער דער מאַכט פֿונעם דעספּאָטישן חשמונאָיִשן מלך אַלכּסנדר ינאַי. דאָס איז אָבער געשען מיט הונדערטער יאָר שפּעטער, ווען פֿון די מיסטעריעזע פּלשתּים זענען געבליבן בלויז די ביר־קריגלעך און די רעפּוטאַציע פֿון ווילדע שיכּורניקעס.
ווען מע באַטראַכט די אויסשטעלונג, וואַרפֿן זיך אין די אויגן די טיפֿע פֿאַרבינדונגען צווישן פֿאַרשיידענע פֿעלקער. אין די פּאָפּולערע היסטאָרישע ביכער וועגן דער קולטור פֿון אַזעלכע לענדער, ווי די אוראַלטע פּערסיע, גריכנלאַנד, אַסיריע און מצרים, ווערן זיי אָפֿט געשילדערט ווי אינגאַנצן באַזונדערע, כּדי נישט צו פֿאַרפּלאָנטערן דעם לייענער. אין דער אמתן, האָבן די מענטשן דעמאָלט אויך געוואַנדערט איבער דער וועלט און כּסדר געלערנט איינער פֿונעם צווייטן פֿאַרשיידענע חכמות און מינהגים. הגם אין יענער תּקופֿה האָט מען נישט געקאָנט אַריבערפֿליִען אין אַ פּאָר שעה פֿון אַטען קיין טעהעראַן — ווידער, לאָמיר זשע פֿאַרגעסן די הײַנטיקע אַסאָציאַציעס — האָט אַן איראַנישער קינסטלער געקאָנט באַצירן אַ וואַזע מיטן טיפּישן גריכישן מאָטיוו פֿון חיות־פּראָצעסיעס.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אַ צאָל סוזשעטן פֿון דער אוראַלטער מיטל־מיזרחדיקער קונסט טרעפֿן זיך כּסדר אין די מיטל־עלטערלעכע אילוסטרירטע ייִדישע ביכער און אין די געמעלן פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע הילצערנע שילן. צום בײַשפּיל, זענען אַ בײַסנדיקער לייב, אַ פֿאַנטאַסטישע באַשעפֿעניש מיט אַ מענטשלעכן קאָפּ און אַ חייִשן גוף אָדער אַ בוים, וואָס סימבאָליזירט די קאָמפּליצירטע אַספּעקטן פֿונעם לעבן, זענען געבליבן פּאָפּולער ווי מעכטיקע סימבאָלן במשך פֿון טויזנטער יאָר סײַ אין דער ייִדישער פֿאָלקס־קונסט, סײַ אין דער קריסטלעכער אייראָפּע און מוסולמענישער פּערסיע.
איז דאָס טאַקע אַ דירעקטער קולטורעלער המשך צי אַן אויסדרוק פֿון טיפֿע פּסיכאָלאָגישע כּוחות, וואָס זאָגן אונטער די קינסטלער אַרום דער וועלט די זעלבע אומאָפּהענגיקע אַסאָציאַציעס? אַ סך מאָמענטן אין דער קונסט־געשיכטע בלײַבן אַ סוד, ס׳איז שווער צו באַשטימען דעם חילוק צווישן דער היסטאָרישער מסורה און דער פּערזענלעכער פֿאַנטאַזיע פֿונעם קינסטלער. עס שאַפֿט זיך אָבער אַן אײַנדרוק, למשל, אַז דער סטיל פֿון געוויסע אַלט־מיצרישע פֿרויען־באַצירונגען האָט משפּיע געווען אויף דער הײַנטיקער צפֿון־אַפֿריקע. פֿונדעסטוועגן, ווי געזאָגט, טאָר מען נישט אויסמישן די פֿאַרשיידענע היסטאָרישע תּקופֿות.
די הײַנטיקע היסטאָריקער גלייבן, אַז דוד־המלכס מלכות איז נישט געווען אַ מעכטיקע מאָנאַרכיע, ווי מע האָט פֿריִער געטראַכט, נאָר אַ קליינער פֿאַרבאַנד פֿון שבֿטים, וווּ דוד האָט געשפּילט די ראָלע פֿון אַ פּאָפּולערן פֿאָלק־מנהיג. ווער זאָגט אָבער, אַז דאָס איז אַ חסרון? פּונקט פֿאַרקערט, אויב מע טראַכט זיך אַרײַן אין דער ריזיקער סצענע, וווּ עס ווערט גאָר פּרטימדיק געשילדערט, ווי דער מלך אַשורבאַניפּאַל — מעגלעך, אַסנפּר, דערמאָנט אינעם תּנ״כישן ספֿר־דניאל — האָט מיט גרויס אַכזריות צעשטערט די עלאַמישע אימפּעריע — באַקאַנט מיט עילם אין תּנ״ך. אָדער לאָמיר זיך דערמאָנען דעם מינהג פֿון די מיצרישע אַריסטאָקראַטן, וועלכע האָבן נישט געוואָלט זיך צעשיידן מיט זייערע באַליבטע ווײַבער נאָכן טויט. צוליב דעם, פֿלעגט מען אַוועקשיקן זייערע פֿרויען נאָך זייער טויט אויך אויף יענער וועלט.
אין דער אמתן, זענען די הײַנטיקע אימפּעריעס אויך פֿול מיט אומיושר און אַכזריותדיק. ס׳איז אָבער אַ מחיה צו זען מיט די אייגענע אויגן, אַז דאָס פּשוטע פֿאָלק אין די אַמאָליקע רוצחישע אימפּעריעס איז געווען, אויף וויפֿל מע קאָן זיך פֿאָרשטעלן, פֿאַרנומען מיט די זעלבע פּראָבלעמען, ווי הײַנט, טרינקענדיק ביר און אַרומגייענדיק מיט טשיקאַווע גאָלדענע סאָוועס אין די אויערן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.