מיט 25 יאָר צוריק, אָנהייב יאַנואַר 1990, האָבן מײַנע פֿיס זיך צום ערשטן מאָל געשטעלט אויף דער ערד פֿון אַן אַנדער מדינה. געשען איז עס אין ווין, וווּהין מיר — אַ גרופּע ייִדישע אַקטיוויסטן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד — זײַנען געקומען, אין תּוך אַרײַן, צופֿעליק; פּשוט ווײַל קיין דירעקטע פֿאַרבינדונג איז צווישן רוסלאַנד און ישׂראל דעמאָלט נאָך ניט געווען.
אין ווין האָבן מיט אונדז זיך באַשעפֿטיקט אַ פּאָר יאַטן פֿון „סוכנותּ‟. זיי האָבן אונדז אַרומגעפֿירט, געהאָדעוועט, און — איך געדענק שוין ניט פֿאַר וואָס — געבראַכט אין אַ בנין, וווּ עס האָבן זיך געפֿונען די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. כ’געדענקט, אָבער, זייער גוט, אַז איך האָב דעמאָלט דערפֿילט אַ מין שאָק. פֿאַרבונדן איז עס געווען מיט דעם, וואָס בײַם אַרײַנגאַנג אין דעם בנין האָב איך דערזען אַ באַוואָפֿנטן פּאָליציאַנט.
שפּעטער בין איך שוין צוגעוווינט געוואָרן צו זען ווי מע באַוואַכט די ייִדישע אינסטיטוציעס אין אייראָפּע און אַמעריקע. אין בערלין איז מיר אַ מאָל אויסגעקומען צו זען אַ מין טאַנק בײַ דער קהילה. אַן ערנסטער מיליטערישער אויטאָ מיט ערנסט באַוואָפֿנטע לײַט איז דעם זומער געשטאַנען (און עס שטייט שוין, דאַכט זיך, אַ יאָר דרײַסיק) אין טורין, איטאַליע, צווישן דער שיל און דעם כּשרן רעסטאָראַן. איך רעד שוין ניט וועגן דעם קאָנטראָל, וואָס מע מוז דורכגיין, למשל, אויפֿן וועג צו דער ביבליאָטעק פֿונעם ניו־יאָקער „צענטער פֿאַר ייִדישער געשיכטע‟.
אַ סבֿרא, אַז מע קען ניט דערוואַרטן קיין שום „נאָרמאַליזאַציע‟ פֿון דעם מצבֿ אַרום ייִדישע אינסטיטוציעס, און פֿאַקטיש אַרום ייִדן בכלל. די אויסזיכטן פֿון „נאָרמאַליזאַציע‟ זײַנען תּמיד געווען ניט פֿון די בעסטע, און איצט, נאָך די טראַגישע געשעענישן אין פּאַריז, קען וועגן דעם קיין רייד ניט גיין. דער פּאַריזער ענין וועט איבערלאָזן טיפֿע שפּורן אויף זייער לאַנג.
פּאַריז, און פֿראַנקרײַך בכלל, איז דאָס אָרט, וווּ עס ווערט טעסטירט די שטאַרקייט פֿון דער מערבֿדיקער וועלט. אַזוי האָט זיך שוין באַקומען היסטאָריש, אַז אין דער דאָזיקער וועלט האָט דווקא פֿראַנקרײַך די גרעסטע מוסולמענישע באַפֿעלקערונג. די פּראָבלעם איז, פֿאַרשטייט זיך, גאָר ניט מיט אַלע מוסולמענער, אָבער מיט די וואָס פֿילן זיך פֿרעמד אין פֿראַנקרײַך, און עס ציט זיי צו זייערע „שורשים‟. אין דער הײַנטיקער וועלט, מיט דער מעכטיקער טעלעוויזיע און אינטערנעץ, זוכט מען אויס — און נאָך מער קאָנסטרויִרט מען אויס — אַן אַגרעסיווע און סתּם מערדערישע „שורשים‟.
איך בין לחלוטין ניט קיין חסיד פֿונעם זשאַנער פֿון קאַריקאַטור. נאָך מער: איך פֿאַרטראָג ניט קיין קאַריקאַטורן, וואָס לאַכן אויס סימבאָלן, וויכטיקע צי אַפֿילו הייליקע פֿאַר אַנדערע מענטשן, גלויביקע בתוכם. מיר שײַנט, אַז מע דאַרף עס ניט טאָן. אָבער דאָס איז ניט מער ווי מײַן מיינונג. פּונקט אַזוי איז, אַ שטייגער, מיט די טעלעוויזיע־פּראָגראַמען, פֿון וועלכע אַ סך לײַט לעקן די פֿינגער, און מיר איז נימאס אויף אָט די זאַכן צו קוקן. אויף דעם איז אויפֿגעבויט אונדזער געזעלשאַפֿט: מע טאָלערירט פֿאַרשיידנאַרטיקייט.
איך בין ניט קיין ליבהאָבער פֿון מאַסן־אַקציעס, פֿון דעמאָנסטראַציעס, ווי אויך פֿון אַלערליי ריטואַלן; אָבער דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק וואָלט איך בלי־ספֿק אַרויס אויף די גאַסן פֿון פּאַריז. און פֿון דער ווײַטנס, פֿון ניו־יאָרק, פֿיל איך, אַז איך בין ווירטועל דאָרטן, צווישן דעם ריזיקן עולם. בפֿרט נאָך, אַז איך דערקען די פּאַריזער לאַנדשאַפֿט. ניט ווײַט פֿון דעם אָרט, וווּ עס האָט זיך צונויפֿגעזאַמלט דער עולם, איז דאָך אַ מאָל געווען די „מעדעם־ביבליאָטעק‟.
דער פּאַראַדאָקס פֿון מערבֿדיקער טאָלעראַנץ באַשטייט אין דעם, וואָס מע טאָלערירט אויך פֿאַנאַטיזם, וועלכער, ווי מיר ווייסן, אָנערקענט ניט טאָלעראַנץ. ווי אַ פּועל־יוצא, האָט יעדע מערבֿדיקע געזעלשאַפֿט פֿאַנאַטישע, בפֿרט רעליגיעז־פֿאַנאַטישע, אינדזלען. ס’רובֿ אַזעלכע פֿאַנאַטיקער זײַנען ניט באַזונדערס געפֿערלעך; דער עיקר, אַז זיי פּרוּוון ניט איבערצומאַכן די וועלט אַרום זיך. זיי ווילן נאָר, מע זאָל זיי ניט טשעפּען אין זייער אייגן וועלטל.
ניט צו פֿאַרגלײַכן געפֿערלעכער זײַנען די פֿאַנאַטיקער, וואָס ווילן איבערקערן די וועלט, אויפֿצובויען זי בגוואַלד לויט זייערע אייגענע מאָסן. אין 20סטן יאָרהונדערט איז די וועלט אויפֿגעטרייסלט געוואָרן דורך קאָמוניזם און פֿאַשיזם. הײַנטיקע צײַטן קומט די דאָזיקע סכּנה, דער עיקר, פֿון דער מוסולמענישער גאַס. און ס’איז קלאָר, אַז דער מערבֿ האָט דערווײַל ניט אויסגעאַרבעט קיין עפֿעקטיווע סטראַטעגיע פֿון קעמפֿן מיט דער דאָזיקער סכּנה. די געשעענישן אין פּאַריז האָבן עס בולט אָנגעוויזן.
אַגבֿ, עס וואָלט געווען אינטערעסאַנט צו הערן, וואָס די פֿראַנצויזישע מחברים און לייענער פֿון „פֿאָרווערטס‟ טראַכטן וועגן בנימין נתניהוס אויפֿפֿירונג אין די טראַגישע טעג, בפֿרט בעת זײַן באַזוך אין פּאַריז. צי איז עס געווען לײַטיש (און קלוג) צו רופֿן אין דער דאָזיקער צײַט די פֿראַנצויזישע ייִדן צו פֿאַרלאָזן זייער לאַנד? און וואָס איז מכּוח דעם אײַנפֿאַל פֿון ברענגען די פֿיר אומגעבראַכטע ייִדן צו קבֿורה דווקא אין ישׂראל? מיר דאַכט זיך, אַז דערמיט ווערט אויפֿגעבוירט אַ נײַע מניעה צווישן די פֿראַנצויזישע ייִדן און פֿראַנקרײַך. אָבער אפֿשר בין איך ניט גערעכט.
עס בלײַבט ניט קלאָר, פֿאַר וואָס די פֿאַראייניקטע שטאַטן זײַנען רעפּרעזענטירט געוואָרן אין פּאַריז דורך דעם הויפּט־פּראָקוראָר עריק האָלדער, און נישט דורך פּרעזידענט אָבאַמאַ. אַ סבֿרא, אַז אי דער פּרעזידענט, אי דער וויצע־פּרעזידענט, אי דער מלוכה־סעקרעטאַר זײַנען געווען גוואַלדיק פֿאַרנומען מיט אַנדערע ענינים. מע זאָגט, אַז דער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ האָט זונטיק געקוקט פֿוטבאָל, וואָס איז, בלי־ספֿק, אויך אַ וויכטיקע טירחה.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.