די אױסטראַליש־ייִדישע װאָכנשריפֿט „די אױסטראַלישע ייִדישע נײַעס‟ גיט איבער, אַז די פּאָפּולערסטע נעמען פֿון די נײַ־געבױרענע ייִדישע קינדער אין אױסטראַליע במשך פֿונעם יאָר 2014 זײַנען געװען: יעקבֿ, ישי, טבֿיה, זעק, נח, מאַקס, אָשר און לױ — צװישן די ייִנגלעך. די פּאָפּולערסטע נעמען צװישן די מײדלעך זײַנען געװען: איזאַבעל, אָליװיע, פּאָפּי, נינע, אידי, עמילי און עלע. די פּאָפּולערקײט פֿון די נעמען װערט באַזירט אױף די באַצאָלטע אַנאָנסן פֿון געבורטן אין דער װאָכן־שריפֿט במשך פֿונעם יאָר.
דער מעלבורנער אָנקאָלאָג ד”ר דזשאָן זאַלצמאַן איז באַערט געװאָרן פֿון דער קלינישער אָנקאָלאָגיע־געזעלשאַפֿט פֿון אױסטראַליע פֿאַר זײַן אַרבעט לטובֿת פּאַציענטן, װעלכע לײַדן פֿון ראַק.
דער זשורנאַליסט דזשיל מאַרגאָ, װאָס דינט װי דער געזונט־רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג „אָסטרעליען פֿײַנענשל רעװיו‟, איז באַערט געװאָרן מיט דער אױסטראַלישער „לומינוס פּרעמיע‟ פֿאַר אירע אַרטיקלען װעגן נײַע דערגרײכונגען אין דער אױספֿאָרשונג פֿון פֿאַרשײדענע מינים ראַק.
דער „ועד־הרבנים‟ אין דער שטאַט װיקטאָריע האָט פֿאַרבעטן גײַסטיקע פֿירער פֿון אַנדערע גלױבנס אָנטײלצונעמען אין אַ דיסקוסיע װעגן גײַסטלעכן געזונט. רעדנדיק אינעם נאָמען פֿונעם ועד, האָט הרבֿ מרדכי גוטניק באַטאָנט, אַז די רבנים שטאָלצירן דערמיט, װאָס זײער ראַט שפּילט אַן אָנגעזעענע ראָלע בײַם צונױפֿברענגען גײַסטלעכע פֿון פֿאַרשײדענע פֿעלקער און רעליגיעס.
סוף יאַנואַר פֿאָרן 400 אױסטראַלישע ייִדן אין עלטער פֿון 17 ביז 30 יאָר קײן ישׂראל. זײ װעלן בלײַבן דאָרטן צװישן פֿינף חדשים און אַ יאָר, און אָנטײלנעמען אין אַ רײ פּראָגראַמען, װעלכע קומען פֿאָר אין פֿאַרשײדענע שטעט.
אַ ייִנגל אין זעקסטן קלאַס, פֿון אַ סיקישער משפּחה, האָט אָרגאַניזירט אַ גרופּע פֿאָלקשול־תּלמידים און תּלמידות פֿון אַ רײ פֿעלקער און רעליגיעס, צו פֿאָרן דורך דער אױסטראַלישער הױפּטשטאָט, קאַנבערע, אױף זײערע װעלאָסיפּעדן אין אײנעם מיט זײערע עלטערן. במשך פֿונעם טאָג האָבן זײ באַזוכט דעם לאָקאַלן ייִדישן צענטער, דעם קריסטלעכן צענטער, דעם איסלאַמישן צענטער, דעם הינדו־צענטער, דעם סיק־צענטער, דעם בודישן צענטער און דעם באַהײַ־צענטער, װי אַ טײל פֿונעם ערשטן יערלעכן צוזאַמענפֿאָר לטובֿת דעם שלום.
דער נײַער אױספֿיר־קאָמיטעט פֿאַרן מעלבורנער „אין אײן קול‟־קאָנצערט, אַ קולטור־פּּראָיעקט, װאָס װערט דורכגעפֿירט פֿונעם מעלבורנער ייִדישן קולטור־צענטער „קדימה‟, און פֿון דער יוגנט-גרופּע פֿונעם ייִדישן אַרבעטער־בונד, דעם „סקיף‟, האָט געמאָלדן, אַז ער אַרבעט דורכן אױסטראַלישן זומער, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז דער ייִדישער פֿאָלקס־פֿעסטיװאַל, װאָס װעט פֿאָרקומען אין מאַרץ 2015, װעט זײַן אַ דערפֿאָלגרײַכער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.