איסלאַם איז יאָ שולדיק

Yes, It Is About Islam

דער מחבר, דזשיי דזשיי גאָלדבערג, באַשטעטיקט די פֿאַרבינדונג צווישן אַנטיסעמיטיזם אין פֿראַנקרײַך און די פֿראַנצייזישע מוסולמענער, אויף MSNBC
דער מחבר, דזשיי דזשיי גאָלדבערג, באַשטעטיקט די פֿאַרבינדונג צווישן אַנטיסעמיטיזם אין פֿראַנקרײַך און די פֿראַנצייזישע מוסולמענער, אויף MSNBC

פֿון דזשיי דזשיי גאָלדבערג (Forward)

Published January 13, 2015, issue of February 06, 2015.

די וואָך האָט מען מיך פֿאַרבעטן ווי אַ קאָמענטאַטאָר אויף מעליסאַ האַריס־פּעריס נײַעס־פּראָגראַם פֿון MSNBC, וווּ מע האָט אַרומגערעדט אַנטיסעמיטיזם אין פֿראַנקרײַך, אין פֿאַרבינדונג מיט די טעראָריסטישע אַטאַקן אויף „שאַרלי העבדאָ‟ און דער כּשרער שפּײַזקראָם.

האַריס־פּערי האָט מיך געפֿרעגט, פּראָסט־און־פּשוט, צי איך בין נישט מסכּים, אַז „די פּראָבלעם מיט אַנטיסעמיטיזם אין פֿראַנקרײַך איז נישט קיין רעזולטאַט פֿונעם אַנטיסעמיטיזם מצד די פֿראַנצייזישער מוסולמענער‟. דאַכט זיך, זי איז נישט געווען צופֿרידן מיט מײַן ענטפֿער. איך האָב אויסגערעכנט אַלע אַנטיסעמיטישע אַקציעס לעצטנס אין פּאַריז — דער ברוטאַלער מאָרד פֿון אילאַן האַלימי; די שיסערײַ אויף דער טאָגשול אין טולוז און אויפֿן ייִדישן מוזיי אין בריסל, און דער מאַסן־אַטאַק אויף אַ שיל אין פּאַריז דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער — און באַמערקט, אַז אַלע אַקטן זענען דווקא יאָ דורכגעפֿירט געוואָרן דורך די מוסולמענער.

איך האָב דערקלערט, אַז די פֿראַנצייזישע מוסולמענישע ראַדיקאַלן האָבן, אַ פּנים, געוואָלט אויסדריקן זייער כּעס וועגן דעם קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער, האָבן זיי עס אויסגעלאָזט צו זייערע ייִדישע שכנים אין פֿראַנקרײַך. איך האָב געוואָלט צוגעבן, אַז עס האַלט אין איין וואַקסן בײַ פֿאַרשידענע גרופּעס פֿון ראַדיקאַלן איסלאַמיזם אַ ריינער, אידעאָלאָגישער אַנטיסעמיטיזם, בפֿרט זינט „אַל־קײַדאַ‟ האָט זיך צונויפֿגעגאָסן מיט זאַוואַהיריס עגיפּטישן „איסלאַמישן דזשיהאַד‟. די נײַעס־פּראָגראַם איז אָבער פּלוצלינג געקומען צום סוף, האָב איך נישט געהאַט קיין געלעגנהייט דאָס צו דערקלערן.

טאָמער האָט איר עס נאָך נישט געלייענט, גיט אַ קוק אויף דעם עסיי „ווער ס׳איז שולדיק אין די ׳שאַרלי העבראָ׳ מאָרדן‟, פֿונעם פּראָגרעסיוון מלחמה־קאָרעספּאָנדענט, דזשאָרדזש פּאַקער, אַן עקספּערט פֿון טעראָריזם בײַם זשורנאַל The New Yorker. ער טענהט, אַז מע דאַרף מיט אָפֿענע אויגן זיך באַקענען מיט דער אידעאָלאָגיע פֿונעם ראַדיקאַלן איסלאַמיזם; מע דאַרך באַשטעטיקן „דעם שאָקירנדיקן אויפֿשטײַג פֿון די איסלאַמיסטישע הריגות איבער דער וועלט‟, און מע מוז אויפֿהערן „מורא האָבן צו באַטאָנען די איסלאַמישע פֿאַרבינדונג‟. אָט וואָס פּאַקער שרײַבט:

די מאָרדן זענען נישט קיין רעזולטאַט פֿון פֿראַנקרײַכס שוועריקייטן בײַם אַסימילירן צוויי דורות מוסולמענישע אימיגראַנטן פֿון אירע געוועזענע קאָלאָניעס. זיי זענען אויך נישט קיין רעזולטאַט פֿון דער פֿראַנצייזישער מיליטערישער אַקציע קעגן ISIS אינעם מיטעלן מיזרח, אָדער קעגן דער פֿריִערדיקער אַמעריקאַנער אינוואַזיע אין איראַק. זיי זענען נישט קיין טייל פֿון אַן אַלגעמיינער כוואַליע פֿון ניהיליסטישער בלוט־פֿאַרגיסונג אין די עקאָנאָמיש אָנגעווייטיקטע, סאָציאַל אָפּגעפֿרעמדטע און מאָראַליש־פּוסטע מערבֿ־לענדער… און זיכער זאָל מען זיי נישט פּרוּוון דערקלערן ווי אַ פֿאַרשטענדלעכער אָפּרוף אויף דער אומדרך־ארץ צו רעליגיע מצד געוויסע אומאַחריותדיקע קאַרטוניסטן.

ניין, די מאָרדן זענען דורכגעפֿירט געוואָרן אין נאָמען פֿון אַן אידעאָלאָגיע, וואָס באַמיט זיך שוין צענדליקער יאָרן לאַנג צו באַקומען אַלץ מער מאַכט דורך טעראָר־אַקציעס…

צוליב דעם, וואָס די אידעאָלאָגיע איז דער פּראָדוקט פֿון אַ הויפּט־וועלט־רעליגיע, באַמיִען זיך אַ סך וווילע מענטשן אויסצומײַדן די איסלאַמישע פֿאַרבינדונג. זיי טענהן, אַז איסלאַם איז אַ פֿרידלעכע רעליגיע, אָדער אין בעסטן פֿאַל — אַז די בלוט־פֿאַרגיסונג רעפּרעזענטירט בלויז אַ „פֿאַרקריפּלונג‟ פֿון אַ גרויסער רעליגיע.

אָבער אַ רעליגיע איז נישט בלויז אַ זאַמלונג פֿאַרצײַטיקע טעקסטן, נאָר אויך די רעאַלע גלויבנס און פֿירונגען פֿון אירע אָנהענגער. אַ ממשותדיקער מינאָריטעט פֿון די הײַנטיקע גלייביקע אין איסלאַם טאָלערירן אַ געוויסע מאָס בלוט־פֿאַרגיסונג ווי אַן אויסדרוק פֿון זייער גלויבן, אַפֿילו אויב זיי אַליין באַטייליקן זיך נישט אין די אַקציעס.