דער פֿראַנצויזישער פּרעזידענט, פֿראַנסואַ אָלאַנד, האָט געבעטן דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, נישט צו באַווײַזן זיך אויפֿן אַנטי־טעראָריסטישן מאַרש, וועלכער איז פֿאָרגעקומען דעם 11טן יאַנואַר אין פּאַריז. נתניהו האָט אָבער באַשלאָסן יאָ צו קומען, כּדי זיך צו פֿאַרמעסטן מיט זײַנע פּאָליטישע אָפּאָנענטן. לויט אַן אינפֿאָרמירטן ישׂראלדיקן קוואַל, איז דאָס געווען די סיבה פֿונעם איגנאָרירן אָלאַנדס וואָרענונג.
ווען די פֿראַנצויזישע רעגירונג האָט אָנגעהויבן פֿאַרבעטן פֿאַרשיידענע וועלט־פֿירער צו באַטייליקן זיך אינעם מאַרש, האַָט אָלאַנדס עצה־געבער פֿאַר זיכערהייט־ענינים, זשאַק אָדיבער, זיך פֿאַרבונדן מיט זײַן ישׂראלדיקן קאָלעגע, יוסי כּהן, און איבערגעגעבן, אַז זײַן פּרעזידענט וואָלט נישט געוואָלט, אַז נתניהו זאָל זיך באַטייליקן אין אַזאַ אונטערנעמונג, וואָס האָט געשטעלט דעם ציל אַרויסצוּווײַזן די סאָלידאַריטעט פֿון אַלע באַפֿעלקערונג־גרופּעס אין פֿראַנקרײַך, ווײַל זײַן וויזיט קאָן אַרויסרופֿן נײַע אומגעוווּנטשענע סיכסוכים וועגן די באַציִונגען צווישן ייִדן און מוסולמענער, אָדער דעם קאָנפֿליקט צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער.
אַחוץ דעם, האָט אָלאַנדס רעגירונג מורא געהאַט, אַז דער ישׂראלדיקער פּרעמיער וועט אויסנוצן די מאַסן־דעמאָנסטראַציע צוליב זײַנע אייגענע פּאָליטישע אינטערעסן, און וועט בעטן די פֿראַנצויזישע ייִדן צו שטיצן ישׂראל. אַזעלעכע דרשות וואָלטן געקומען אין סתּירה מיטן אַקצענט אויף דער אַלגעמיינער סאָלידאַריטעט פֿון פֿראַנצויזישע בירגער.
שבת־צו־נאַכטס, דעם 10טן יאַנואַר, האָט נתניהו געזאָגט, אַז ער קלײַבט זיך נישט פֿליִען קיין פּאַריז צוליב זיכערהייט־זאָרגן. דינסטיק, דעם 13טן יאַנואַר, קלײַבט ער זיך אָבער צו באַטייליקן אין אַ ייִדישער קהילה־אונטערנעמונג, וואָס וועט פֿאָרקומען אין פֿראַנקרײַך.
ס׳זעט אויס, אַז דער פּאַלעסטינער פּרעזידענט האָט באַקומען די זעלבע וואָרענונג מצד אָלאַנדס רעגירונג. אַזוי ווי נתניהו, האָט ער, צוערשט, געמאָלדן, אַז ער קלײַבט זיך נישט קומען קיין פּאַריז צוליב דעם שלעכטן וועטער — גאָר אַ מאָדנער תּירוץ. ווען נתניהו איז געווויר געוואָרן, אַז דער ישׂראלדיקער אויסערן־מיניסטער, אַבֿיגדור ליבערמאַן, און דער מיניסטער פֿון עקאָנאָמיע, נפֿתּלי בענעט, קלײַבן זיך יאָ צו פֿאָרן קיין פּאַריז, כּדי זיך צו טרעפֿן מיט דער דאָרטיקער ייִדישער קהילה, האָט דער פּרעמיער אויך באַשלאָסן צו באַווײַזן זיך אויפֿן מאַרש. אָדיבער האָט געוואָרנט כּהן מיט אַן אויפֿגערעגטן טאָן, אַז אַזאַ וויזיט וועט האָבן אַ נעגאַטיוון עפֿעקט אויף די באַציִונגען צווישן ישׂראל און פֿראַנקרײַך, און באַטאָנט, אַז אויב נתניהו וועט טאַקע קומען, פֿאַרבעטן זיי אַבאַסן אויך.
נאָכן מאַרש, איז אָלאַנד געקומען אין דער צענטראַלער פּאַריזער שיל אויף אַ ייִדישער קהילה־אונטערנעמונג. ס׳איז געווען קלאָר, אַז דער פּרעזידענט איז אויפֿגעבראַכט. ווען נתניהו האָט אָנגעהויבן זײַן רעדע, איז אָלאַנד אויפֿגעשטאַנען און אַוועקגעגאַנגען. די באַקאַנטע סאַטירישע צײַטונג „לאַ קאַנאַר אַנשענע‟ („די קאַטשקע אין קייטן‟) האָט באַמערקט, אַז נתניהו האָט פֿאַרוואַנדלט די אָנדענק־צערעמאָניע לזכר די קרבנות פֿונעם טעראָר־אַקט אין טולוז, געווידמעט דעם טראַגישן מאָרד פֿון ייִדישע שול־תּלמידים, אין אַ פּערזענלעכער וואַלן־קאַמפּאַניע. דער פֿראַנצויזישער פּרעזידענט האָט באַמערקט, אַז בלויז צוליב זײַן בײַזײַן אויף דער צערעמאָניע, האָט דער ישׂראלדיקער פּרעמיער אַראָפּגעלאָזט דעם טאָן פֿון זײַן וואַלן־דרשה.
אויף וויפֿל מע ווייסט, לויט די קוואַלן פֿון נתניהוס רעגירונג, האָט די פֿראַנצויזישע רעגירונג נישט אַסאָציִיִרט זײַן פּלוצעמדיקן אָנקום מיטן באַזוך פֿונעם פּאַלעסטינער פּרעזידענט. ס׳זעט אויס, אַז דער פּרעמיער האָט באַשלאָסן אָפּצושטאַטן דעם סתּירותדיקן וויזיט, דער עיקר, צוליב דער קאָנקורענץ אין זײַן אייגענער רעגירונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.