די דראַמע, וואָס האָט דרײַ מעת־לעת געהאַלטן פּאַריז, פֿראַנקרײַך, אייראָפּע און די גאַנצע וועלט אין אַ שאָק, האָט זיך פֿאַרענדיקט. דער סך־הכּל איז אַ טראַגישער: 17 דערהרגעטע — 10 פֿירנדיקע זשורנאַליסטן, מיטאַרבעטער פֿונעם סאַטירישן זשורנאַל Charlie Hebdo; דרײַ פּאָליציאַנטן און פֿיר קונים פֿון דער כּשרער קראָם. עס זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן אויך די דרײַ איסלאַמישע טעראָריסטן, וואָס האָבן דורכגעפֿירט דעם אַטאַק. גענוי וויפֿל מענטשן זײַנען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן און וואָס איז זייער מצבֿ איז נישט קלאָר.
ס‘האָט נישט קיין זין איצט איבערצודערציילן, ווי אַזוי די אָפּעראַציע צו כאַפּן די טעראָריסטן און באַפֿרײַען די ערבֿניקעס איז דורכגעפֿירט געוואָרן — די גאַנצע מעדיאַ מיט אַלע אירע מיטלען האָט עס געטאָן און קאָמענטירט. דער שאָק איז אָבער אַזוי גרויס, אַז עס וועט נאָך נעמען נישט איין טאָג אָדער וואָך, און, מעגלעך, אַ יאָר, צו קומען צו זיך. ווי עס זאָל נישט זײַן, בלײַבט הענגען איבער די אַלע אַרטיקלען, וויכּוכים פֿון פּאָליטאָלאָגן און רעדעס פֿון פּאָליטיקער איין שוידערלעכע פֿראַגע: פֿאַר וואָס?
צוריק גערעדט, ווען מע הרגעט (אָדער מע שלאָגט אָן) אַ ייִד אין בעלגיע, לאָנדאָן מאַרסיי און אין דעם זעלבן פּאַריז, פֿרעגט קיינער נישט קיין קשיאות. ס‘איז דאָך קלאָר, אַז די וועלט איז שווער איבערצוראַשן מיט אַ הריגה פֿון ייִדן; אויב מע נעמט זיך שוין דערמיט יאָ איבער, טראַכט מען דערבײַ, אַז נישט אונדז — פֿראַצויזן, ענגלענדער, שפּאַניער — מיינט מען…
און פּלוצעם נאַט אײַך — אין מיטן פּאַריז, אינעם פּרעסטיזשפֿולן 11טן קוואַרטאַל הרגעט מען סאַמעראָדנע פֿראַנצויזן; נישט, חלילה, ווײַל זיי שטיצן די ייִדן, און אַפֿילו נישט אין שײַכות מיט דער פֿראַנצייזישער פּאָליטיק אין מיטעלן מיזרח. די איינציקע עבֿירה פֿון די 10 קרבנות איז געווען, אַז זיי האָבן אַרויסגעלאָזט אַ סאַטירישן זשורנאַל, וואָס האָט אָנגערירט דעם כּבֿוד פֿון אַלאַ!
פֿאַר אייראָפּע בכלל און פֿראַנקרײַך בפֿרט איז סאַטירע און קאַריקאַטור אַ טראַדיציאָנעלער און פֿאַרשפּרייטער קונסט־זשאַנער. אויב אַזוי באַקומט זיך, אַז די אימיגראַנטן־מוסולמענער דיקטירן דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג, וואָס זיי מעגן און וואָס זיי טאָרן נישט, אַנדערש… אמת, די 80 טויזנט פּאָליציאַנטן, ספּעציעלע מיליטערישע כּוחות האָבן טאַקע גיך און דערפֿאָלגרײַך נייטראַליזירט די טעראָריסטן; צי איז עס מסוגל אָבער צו דערשטיקן די מורא אין די מוחות פֿון דער באַפֿעלקערונג, אַז די סכּנה פֿונעם איסלאַמישן טעראָר בלײַבט; פּונקט ווי עס בלײַבט דער פֿאַקט, אַז די מוסולמענישע געזעלשאַפֿט אין פֿראַנקרײַך וואַקסט כּסדר, און גרייכט שוין הײַנט 7 מיליאָן נפֿשות. פֿון אירע געדערים קאָן אַרויסקומען נישט איין מערדער, נוסח די ברידער קואַשי און אַכמעד קוליבאַלי.
דעם געדאַנק באַשטעטיקן די פֿירער פֿון דער פֿראַנצויזישער זיכערהייט־דינסט, ווען מע באַשולדיקט זיי אין דעם געשעענעם. זיי זאָגן קלאָרע דיבורים: „מיר קאָנען נישט נאָכקוקן נאָך טויזנטער אַזעלכע ווי די ברידער קוליבאַלי!‟
וואָס איז יאָ קלאָר דער פּאָליציי, איז נישט קלאָר די פּאָליטיקער; זיי זײַנען באַזאָרגט נאָר מיט איין פֿראַגע — מע זאָל זיי, חלילה, נישט באַשולדיקן אין איסלאַמאָפֿאָביע!
זיך צוהערנדיק צו דעם אויפֿטריט פֿון דער דײַטשישער קאַנצלערין, אַנגעלינאַ מערקעל, אויף דער דראַמע אין פּאַריז, האָב איך זיך ממש פֿאַרגעחידושט, ווי אויפֿריכטיק און מיט אַ טיפֿן אומפֿאַרשטאַנד, וואָס עס קומט דאָ פֿאָר, האָט זי איבעגעחזרט: „פֿאַר וואָס, פֿאָר וואָס איז עס געשען?‟
כ׳לעבן, ס‘האָט זיך געריסן פֿון מײַן האַרץ זי צו פֿרעגן: „מאַדאַם מערקעל, וווּ וווינט איר? שוין זשע זעט איר נישט, וואָס עס קומט פֿאָר אויף די גאַסן פֿון די דײַטשישע שטעט? צי ווייסט איר, וואָס עס טראַכטן וועגן דעם די אײַנוווינער פֿון אָט די שטעט?‟
דער ענטפֿער איז, צום באַדויערן, אַ פּשוטער: וואַרט צו, עס וועט זיך טרעפֿן אַזוינס יעדן חודש, יעדע וואָך און יעדן טאָג. ווי ס‘האָט נבֿיאות געזאָגט דער פּאָפּולערער פֿראַנצויזישער שרײַבער מישעל אולבעק, ביז ס‘וועט דאָס אָרט פֿונעם פֿראַנצויזישן פּרעזידענט פֿאַרנעמען אַן איסלאַמיסט; דער באַרימטער פּאַריזער קלויסטער פֿון גאָטס־מוטער וועט פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ מעטשעט, און די ניטל־חגא וועט פֿאַרביטן ווערן אויף ראַמאַדאַן.
מינכן, יאַנואַר 10
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.