אין 1946, בין איך געקומען קיין אַמעריקע צוזאַמען מיט מײַנע עלטערן, ווי אַן איין־יאָריק ייִנגל פֿון אימיגראַנטן. מײַנע טאַטע־מאַמע, ישׂראליק און פֿייגע פּושטיק, האָבן באַשלאָסן צו בײַטן דעם פֿאַמיליע־נאָמען אויף פּאָרטער, ווײַל אַזאַ נאָמען האָט געקלונגען מער היימיש פֿאַר די תּושבֿים פֿון דער „גאָלדענער מדינה‟.
מײַן טאַקע, אַ געוועזענער קאָמאַנדיר פֿון סאָוועטישע פּאַרטיזאַנער, איז געווען אַ שעפֿערישער מענטש, וועלכער האָט זיך פֿאַרבונדן מיט אַ ייִד פֿון פֿילאַדעלפֿיע און האָט אים איבערגעגעבן אַ בילד, כּדי צו פֿאַרעפֿנטלעכן עס אינעם „פֿאָרווערטס‟. אונדזערע אַמעריקאַנער קרובֿים האָבן דערזען די פֿאָטאָגראַפֿיע און מיט דער הילף פֿונעם HIAS און דעם „דזשוינט‟, באַצאָלט פֿאַר אונדזער נסיעה פֿונעם „די־פּי‟־לאַגער אין עסטרײַך, וווּ מיר האָבן זיך געפֿונען, האָפֿנדיק אַוועקצופֿאָרן קיין אַמעריקע.
צוערשט, האָבן מיר אָפּגעלעבט אַ פּאָר חדשים אין שיקאַגע. שפּעטער האָבן מיר זיך דערוווּסט וועגן אַ שטאָט, וואָס האָט געטראָגן דעם מאָדנעם נאָמען מילוואָקי, וואָס שטאַמט פֿון די פּאָטאַוואַטאָמי־אינדיאַנער, און האָבן זיך באַזעצט דאָרטן אין אַן אָרעמען קוואַרטאַל. ווי מיר זענען שפּעטער געווויר געוואָרן, איז דאָס געווען גלײַך אינמיטן אַ שוואַרצער געטאָ. אין עטלעכע יאָר אַרום, האָבן מיר זיך אַריבערגעפּעקלט אין אַן אַנדער ראַיאָן, וווּ עס האָבן געוווינט אַ סך ייִדן.
דער שטאַט וויסקאָנסין בכלל און מילוואָקי בפֿרט איז געווען אַ פֿרײַנדלעך אָרט, וווּ מיר האָבן קיינמאָל נישט געליטן פֿון אַנטיסעמיטיזם. יעדער שכן אין געווען אַן אימיגראַנט — פֿון אייראָפּע, מעקסיקע צי די ווײַטע דרומדיקע שטאַטן. צוזאַמען, האָבן מיר געשטרעבט צו מאַכן אַ גוט לעבן. דער אינטערנאַציאָנאַלער פֿרײַדלעכער כאַראַקטער פֿון דער שטאָט האָט זיך אויך אָפּגערופֿן אויף דער אָרטיקער פּאָליטיק. אַ סך אָרטיקע פּאָליטיקע זענען געווען סאָציאַליסטיש געשטימט אָדער בפֿירושע לינקע. פֿון 1948 ביז 1960 איז דער מעיאָר פֿון מילוואָקי געווען אַ סאָציאַליסט. די תּושבֿים האָבן געאַרבעט שווער און האָבן אַלץ באַהאַנדלט גראָד און דירעקט, אין פֿאַרגלײַך מיטן סנאָבישן וואַשינגטאָן.
די איינציקע ייִדישע גרופּע אינעם הײַנטיקן וויסקאָנסין, וואָס שטימט פֿאַר די רעפּובליקאַנער, זענען די אָרטיקע אָרטאָדאָקסן. דזשעראָלד גלייזער, אַן אָרטיקער 72־יאָריקער אַקטיוויסט און אַן אָרטאָדאָקסישער ייִד, דערמאָנט זיך אָבער, אַז ביז 2000 האָט דער פֿרומער עולם אויך געשטימט פֿאַר די דעמאָקראַטן. אַ גאַנצע ריי אָרטיקע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן געהאַט אַ סאָציאַליסטיש־ציוניסטישן טעם; אַ צאָל אַנדערע זענען געווען נישט־ציוניסטישע לינקע — למשל, דער „אַרבעטער־רינג‟. גאָלדע מאיר, די ישׂראלדיקע פּרעמיער־מיניסטאָרין, האָט געוווינט אין מילוואָקי און האָט זיך געלערנט דאָרטן אין אַ שול, וואָס טראָגט הײַנט איר נאָמען.
נישט געקוקט אויף דער רעלאַטיוו קליינער ייִדישער באַפֿעלקערונג, האָבן די וויסקאָנסינער ייִדן געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער געשיכטע. אין דער שטאָט הערשט נאָך אַלץ אַ פֿרידלעכע טאָלעראַנטע אַטמאָספֿער. דאָס בוך וועגן דער ייִדישער געשיכטע פֿון מילוואָקי פֿונעם ראַבינער לויִס סוויטשקאָוו, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיטן טעמפּל „בית א־ל — נר תּמיד‟, האָט געמאַכט אַ גרויסן רושם אויף אַזעלכע ייִדן פֿונעם ייִנגערן דור, ווי איך.
דער מחבר, דזשעק־נתן פּאָרטער, איז געבוירן געוואָרן אין מילוואָקי און וווינט הײַנט אין ניוטאָן, שטאַט מאַסאַטשוסעטס. ער פֿירט פֿאָרשונגען אין אייראָפּעיִשער און רוסישער געשיכטע בײַם האַרוואַרד־אוניווערסיטעט און האָט אָנגעשריבן ביכער וועגן דער ייִדישער געשיכטע און דעם חורבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.