COS Z NICZEGO איז אַן איבערזעצונג פֿון פֿיבי גילמאַנס קינדער־דערציילונג SOMETHING OUT OF NOTHING. אַז איך האָב נישט קיין טעות, הייסט עס אויף לאַטײַניש CREATIO EX NIHILO — דאָס שאַפֿן עפּעס פֿון גאָרנישט, אין קעגנזאַץ צו CREATIO EX MATERIA — דאָס שאַפֿן עפּעס פֿון עפּעס, למשל, אַ דענקמאָל פֿון אַ שטיין.
איך בין נישט זיכער, צי קליינע קינדער זענען פֿאַראינטערעסירט אין אַזעלכע טיפֿע פֿילאָזאָפֿיש-טעאָלאָגישע באַגריפֿן, אָבער מילא. די צרה מיט קינדער-ליטעראַטור איז, אַז די דערוואַקסענע, נישט קיין קינדער, באַשליסן וואָסערע טעקסטן דאַרף מען אַרויסגעבן איבערצוזעצן.
די מעשׂה פֿונעם ביכל איז אַ פּשוטע: אַ קינד באַקומט אַ מתּנה אַ מאַנטל. מיט דער צײַט ווערט דער מאַנטל אָפּגעריסן און מען מאַכט פֿון אים אַנדערע זאַכן, וואָס אַ מאָל קלענערע: אַ וועסטל, נאָך דעם אַ קראַוואַט, און צום סוף, אַ קנעפּל.
דער פּוילישער פֿאַרלאַג שטאָלצירט מיט דעם, וואָס די מעשׂה באַשרײַבט אַ וועלט וואָס איז געווען און איז נישטאָ. דהײַנו — די מעשׂה קומט פֿאָר אין אַ פּויליש-ייִדיש שטעטל. צום באַדויערן, געפֿינט מען נישט אינעם טעקסט קיין שום אַלוזיעס צום ייִדישן לעבן. קיין שום מינהג, יום טובֿ, און דאָס גלײַכע. אמת, אין די צייכענונגען זעען מיר אויס ווי פֿרומע ייִדן, אָבער אין הײַנטיקן פּוילן, וווּ דאָס רובֿ קינדער האָבן קיין מאָל נישט געזען קיין איין ייִד אין אַ קאַפּאָטע, איז שווער צו טרעפֿן, ווער עס זענען די פֿאַרביקע מענטשעלעך, וואָס באַגלייטן דעם טעקסט. אַגבֿ, אפֿשר האָב איך אַ טעות, אָבער מיר דאַכט זיך, אַז אַ קראַוואַט פּאַסט צו אַ חדר־ייִנגל, ווי אַ סמאָקינג צו אַ מלמד.
דער ערשטער קאָנגרעס פֿון INTERCULTURALISM קומט פֿאָר אין אַפּריל הײַיאָר, אינעם ייִדישן מוזיי אין וואַרשע.
וואָס איז אַזוינס „אינטערקולטוראַליזם‟? סע קלינגט עפּעס ווי אַ מין וואַריאַנט פֿון „מולטיקולטוראַליזם‟, דהײַנו, דער געדאַנק, אַז די פֿאַרשיידענע עטנישע גרופּעס קענען און אַפֿילו דאַרפֿן באַהאַלטן זייערע אידענטיטעטן. אַ נאַציע מוז נישט זײַן מאָנאָליטיש. פֿאַרקערט: א נאַציע קען זײַן אַ מאָזאַיִק פֿון כּל־המינים גרופּעס. ווי באַקאַנט, איז אַ מאָזאִַיִק זייער אַ שיינע זאַך.
אַזאַ שאַרפֿע קריטיקערין פֿון מולטיקולטוראַליזם די טעג איז אַנגעלאַ מערקעל. זי האַלט, אַז אַ סך טערקן, למשל, וואָס זענען געקומען לעבן אין דײַטשלאַנד, באַמיִען זיך נישט אַפֿילו צו לערנען די דײַטשישע שפּראַך. הכּלל, נישט אַלץ איז פֿויגלדיק אין דער מולטיקולטי־געזעלשאַפֿט. די שפּאַנונג צווישן די אַלטע און די נײַע אײַנוווינער וואַקסט כּסדר, און ביידע צדדים זענען נישט גליקלעך.
דער אינטערקולוטוראַליזם איז על־פּי־פּנים דער אַלטער מולטיקולטוראַליזם, אָבער פֿאַרטײַטשט און פֿאַרבעסערט. די אינטערקולטוראַליסטן טענהן, אַז מען קען יאָ לעבן אין איינעם, אָבער די פֿאַרשיידענע עטנישע גרופּעס דאַרפֿן זײַן אָפֿן איינע פֿאַר דער צווייטער. עס איז נישט אמת, זאָגן זיי, אַז מען דאַרף געהערן צו אַ געוויסער גרופּע, כּדי צו פֿילן איר עטנישן טעם. אַ טערק, למשל, קען פֿאַרשטיין וואָס דאָס מיינט צו זײַן אַ באָבאָווער חסיד, און פֿאַרקערט.
אַ בכּבֿודיקער קאָמיטעט גרייט צו די פּראָגראַם פֿון דער קאָנפֿערענץ. קלאַודיאַ לענץ פֿונעם אייראָפּעיִשן ווערגעלאַנד־צענטער, סיור בערגען — פֿון דער דערציִונג־אָפּטייל בײַם אייראָפּעיִשן ראַט, אַליציאַ פֿאַצעוויטש פֿונעם פּוילישן צענטער פֿאַר ציווילער דערציִונג און אַנדערע.
מען לאָזט אונדז שוין וויסן, אַז אין דער קאָנפֿערענץ וועט מען דעבאַטירן פּראָבלעמען ווי עמיגראַציע, דיסקרימינאַציע, דער קאַמף קעגן דיסקרימינירונג וכדומה.
גאָט זאָל מיך נישט שטראָפֿן פֿאַר די רייד, אָבער איך האָב מורא, אַז די וואָס האָבן געהאָפֿט, אַז דער ייִדישער מוזיי וועט זיך פֿאַרנעמען לײַב-און-לעבן מיט אונדז, פּוילישע ייִדן, וועלן בלײַבן מיט עפּעס אַ ביטערן טעם אין מויל.
מיר און די משפּחות, וואָס מען האָט זיי אומגעבראַכט אויף דער דאָזיקער ערד, זענען, על־פּי־פּנים, נישט גענוג וויכטיק מען זאָל זיך פֿאַרנעמען נאָר מיט אונדז.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.