לימודים פֿאַר ירושלימער פֿרומע קולינאַרן

Aspiring Haredi Cooks Train for Jobs in Jerusalem Restaurants


פֿון בען סיילז (ייִט״אַ)

Published January 14, 2015, issue of February 06, 2015.

פֿינף חרדישע מענער שטייען מיט גרויסע קיך־מעסערס אַרום אַ גרויסן הילצערנעם טיש און גרייטן צו פּאָמידאָרן, קנאָבל, מערן און אַנדערע גרינסן. זייער אינסטרוקטאָר, אָנגעטאָן אין אַ פֿאַרטוך ווי אַ שעף־קעכער, דערקלערט זײַנע תּלמידים, ווי אַזוי זיי זאָלן באַהאַנדלען אַ רויע הון.

אַבֿרהם בלוי, אַ פֿרומער טאַטע פֿון זיבן קינדער, האָט איבערגעגעבן, אַז ער קלײַבט זיך צו ווערן אַ פּראָפֿעסיאָנעלער קעכער. זײַענדיק אַ קריטישער אָפּשאַצער און ליבהאָבער פֿון גוטע געשמאַקע מאכלים, וויל ער זיך אויסלערנען צו פֿאַרבעסערן די רעצעפּטן און צוטראַכטן זײַנע אייגענע. צוזאַמען מיט די אַנדערע פֿיר מענער, איז ער איינער פֿון די ערשטע תּלמידים אין דער זעקס־וואָכיקער קולינאַרער פּראָגראַם, אָרגאַניזירט דורכן ירושלימער צענטער „כּיוון‟ — אַ מלוכיש־סובסידירטער פּראָיעקט, געגרינדעט אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר, וואָס העלפֿט די ישׂראלדיקע חרדים זיך אויסצולערנען אַ גוטן פֿאַך. די תּלמידים האָפֿן צו ווערן פּראָפֿעסיאָנעלע שעף־קעכער אין די ירושלימער רעסטאָראַנען.

אינעם יאָר 2013, האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג אָנגענומען אַ פּלאַן אַרײַנצוברענגען מער חרדים אין דער אַרמיי און צו פֿאַרגרעסען זייער ראָלע אין דער עקאָנאָמיע פֿונעם לאַנד. אַ סך חרדישע מענער באַקומען סטיפּענדיעס פֿאַרן תּורה־לערנען אַפֿילו במשך פֿון אַ סך יאָר נאָך דער חתונה. בלויז 45 פּראָצענט פֿון זיי האָבן אַן אָפֿיציעלע שטעלע, אין פֿאַרגלײַך מיט 81 פּראָצענט ישׂראלדיקע מענער אין אַלגעמיין.

ס׳רובֿ פֿון די 2,500 חרדים, וואָס האָבן זיך באַטייליקט אין די לימודים פֿון „כּיוון‟, לערנען זיך אויס אַ גרינגן פֿאַך, וואָס דערמעגלעכט זיי צו געפֿינען אַ מער־ווייניקער סטאַבילע ביוראָ־אַרבעט. דער דירעקטאָר פֿון דער אָרגאַניזאַציע, יחיאל אַמיואַל, האָפֿט, אַז די קולינאַרע פּראָגראַם וועט העלפֿן צו באַזאָרגן די פֿרומע תּלמידים אָנצוהייבן אַ געראָטענע קאַריערע אין דער שטאָט, וווּ אַ סך רעסטאָראַנען נייטיקן זיך כּסדר אין שעף־קעכער.

אַמיואַל האָט פֿאַרבעטן די פֿאַרוואַלטער פֿון אַ צאָל האָטעלן און רעסטאָראַנען צו זען, ווי די קומענדיקע קעכער ספּראַווען זיך מיט די גרינסן. אין אַ צאָל פֿאַלן, האָבן די אײַנגעלאַדענע פֿאָרגעלייגט פֿון פֿריִער אַן אַרבעט פֿאַר די, וואָס האָבן אַרויסגעוויזן אַ באַזונדערע פֿעיִקייט. הגם פֿון די 12 תּלמידים, וואָס האָבן זיך אָנגעשלאָסן אין דער פּראָגראַם, זענען איצט געבליבן בלויז 7, האָבן די פֿאַרוואַלטער פֿון די כּשרע אונטערנעמונגען אַרום דער שטאָט צוגעזאָגט די געבליבענע סטודענטן, אַז ווען זיי פֿאַרענדיקן די פּראָגראַם, וועלן זיי באַקומען אַ גאַראַנטירטע אַרבעט.

עטלעכע מענער האָבן באַשלאָסן צו באַטייליקן זיך אינעם קעכערײַ־קורס, ווײַל זיי האָבן ליב צו קאָכן. דער דערמאָנטער 37־יאָריקער בלוי גרייט כּסדר צו די סעודות אין דער היים און האָט אַלעמאָל געחלומט צו ווערן אַן עכטער שעף. איידער ער האָט זיך באַקענט מיט דער פּראָגראַם פֿון „כּיוון‟, האָט ער אָבער געמיינט, אַז אַזאַ פֿאַך איז נישט פּאַסיק פֿאַר אַ פֿרומען מאַן, צוליב די כּשרות־פּראָבלעמען און דעם אויסמיש פֿון מענער און פֿרויען. הגם אין דער היים קאָכט ער אָפֿט פֿליישיקע מאכלים, קלײַבט ער זיך צו אַרבעטן אין אַ טײַערן מילכיקן רעסטאָראַן.

די קלאַסן ווערן דורכגעפֿירט צוויי־דרײַ מאָל אַ וואָך. די תּלמידים לערנען זיך אויס 21 פֿאַרשיידענע מינים קעכערײַ־ענינים. דער אינסטרוקטאָר, איתּי פֿאָרקאַש, האָט באַטאָנט, אַז הגם דער קורס איז אַ קורצער, דערמעגלעכט ער צו פֿאַרוואַנדלען אַ מענטש, וואָס האָט פֿריִער ווייניק געוווּסט וועגן קולינאַריע, אין אַן עכטן פּראָפֿעסיאָנעלן קעכער. נישט פֿאַר אַלע חרדישע מענער איז אַזאַ פֿאַך אָבער צוגעפּאַסט, ווײַל אין אַ סך רעסטאָראַנען מוז מען אַרבעטן שפּעט בײַנאַכט אָדער סוף־וואָך, ווען די פֿרומע טאַטעס ווילן פֿאַרברענגען די צײַט מיט זייער משפּחה. פֿונדעסטוועגן, האָט בלוי געזאָגט, אַז ער וויל זיך פֿאַרנעמען מיט זײַן באַליבטן פֿאַך, נישט געקוקט אויפֿן מעגלעכן אומבאַקוועמען אַרבעט־גראַפֿיק.