אין איר היימשטאָט, ניו־יאָרק, איז זי באַקאַנט געווען ווי „די מרשעת‟: זי האָט בייז באַהאַנדלט אירע אָנגעשטעלטע, לאָקאַטאָרן און אַפֿילו קרובֿים. אָבער אין מדינת־ישׂראל ווערט דער נאָמען לעאָנאַ העלמסלי אַלץ מער און מער פֿאַרבונדן מיט ברייטהאַרציקע נדבֿות פֿאַר פּראָגראַמען, געשטיצט דורך אַ פֿאָנד פֿון איר ירושה.
דער דאָזיקער פֿאָנד אויפֿן נאָמען פֿון לעאָנאַ און האַרי העלמסלי האָט במשך פֿון די לעצטע פֿיר יאָר שוין אויסגעגעבן מער ווי $140 מיליאָן צו פֿאַרשידענע צדקה־אָרגאַניזאַציעס אין מדינת־ישׂראל, ס׳רובֿ פֿאַרבונדן מיט געזונטהייט און מעדיצינישע פֿאָרשונגען. אַ סך ישׂראלדיקע אוניווערסיטעטן, שפּיטאָלן און ציווילע אָרגאַניזאַציעס זוכן צו באַקומען שטיצע פֿונעם פֿאָנד אויף איר נאָמען.
אויפֿן ערשטן בליק איז דער אונטערשייד צווישן איר שם און איר ראָלע פֿון אַ פֿילאַנטראָפּ אַ סתּירותדיקע. אַ שווערע ביליאָנערקע, וואָס איז באַקאַנט פֿאַרן לאָזן אַ מאַיאָנטעק געלט איר הינטל „צרות‟, האָט העלמסלי קיין מאָל זיך אַקטיוו נישט באַטייליקט אין דער ייִדישער קהילה. איצט ווערט זי פֿאַררעכנט ווי אַ „פּראָ־ישׂראלדיקע העלדין‟.
„וואָס מע זאָל ניט מיינען וועגן פֿרוי העלמסלי, צי צום גוטן, צי צום שלעכטן, וועט מען אין גיכן פֿאַרגעסן דאָס שלעכטע, און בלײַבן וועלן די גוטע אויפֿטוען, וואָס איר פֿאָנד שטיצט אַרום דער וועלט בכלל און אין מדינת־ישׂראל בפֿרט‟, האָט איבערגעגעבן סאַנדאָר פֿרענקעל, איינער פֿון די הויפּט־נאמנים פֿון דער פּקדון־פֿאָנד אויפֿן נאָמען פֿון לעאָנאַ העלמסלי.
פֿרענקעל איז, אין דער אמתן, די סיבה פֿאַר וואָס דער פֿאָנד פֿאַרנעמט זיך מיט מדינת־ישׂראל. העלמסליס לאַנג־יאָריקער אַדוואָקאַט, פֿרענקעל, נוצט אויס זײַן ראָלע ווי איינער פֿון די פֿיר נאמנים פֿונעם פֿאָנד צו פֿאַרזיכערן, אַז דער פֿאָנד זאָל זיך באַשעפֿטיקן מיט מדינת־ישׂראל.
„איך האָב געהאַט אַ לעבנס־לאַנגע עמאָציאָנעלע פֿאַרבינדונג מיטן לאַנד, און איצט, ווען איך האָב די געלעגנהייט עפּעס צו שאַפֿן דערמיט, איז עס פֿאַר מיר אַ גרינגער באַשלוס‟, האָט פֿרענקעל איבערגעגעבן דעם Forward בעת אַן אינטערוויו.
פֿון איבער 5 ביליאָן דאָלאַר אַקטיוון (assets) אינעם פֿאָנד, האָט מען שוין אויסגעטיילט מער ווי אַ ביליאָן. לעאָנאַ העלמסלי האָט איבערגעגעבן איר גאַנץ פֿאַרמעגן דעם טראָסט, אַחוץ 12$ מיליאָן, וואָס זי האָט איבערגעלאָזט איר הינטל „צרות‟ (אַ געריכט האָט שפּעטער געשניטן די סומע ביז 2 מיליאָן). אין די לעצטע פּאָר יאָר האָבן די אָנפֿירער פֿונעם פֿאָנד אָנגעהויבן פֿאַרקויפֿן די אַקטיוון: האָטעלן, בנינים און אַפֿילו דעם „עמפּײַר־סטייט‟־בנין אין ניו־יאָרק — און די געלטער אַרײַנגעלייגט אינעם פֿאָנד.
להיפּוך צום רובֿ מענטשן, וואָס באַשטימען פֿון פֿריִער שטרענגע תּקנות, ווי אַזוי מע זאָל צעטיילן דאָס געלט פֿון זייערע פֿאָנדן, האָט העלמסלי בכלל ניט באַשטימט, אויף וועלכע צוועקן מע זאָל אויסגעבן דאָס געלט. אָנצונעמען דעם באַשלוס, האָט זי איבערגעלאָזט די פֿיר נאמנים: פֿרענקעל, דזשאָן קאָדי, איר געוועזענער געשעפֿטס־פּאַרטנער, און צוויי פֿון אירע אייניקלעך, דוד און וואַלטער פּאַנזירער.
דער פֿאָנד איז די 14טע גרעסטע פֿונדאַציע אין אַמעריקע, וואָס צעטיילט געלט, און ער פֿאָקוסירט זיך אויף דרײַ עיקרדיקע פֿעלדן: 60 פּראָצענט פֿונעם געלט, וואָס דער פֿאָנד טיילט צו יעדעס יאָר, העלפֿט צו פֿאָרשן די „קראָונס‟־קרענק (Chron‘s Disease), דאָס היילן צוקערקרענק, געזונט־פּראָגראַמען אין די דאָרפֿישע קהילות און דער מעדיצינישער פֿאָרשונג בכלל. נאָך אַ פֿערטל — צו שטיצן די פּראָגראַמען פֿון דערציִען און העלפֿן אָרעמע קינדער; און דער רעשט שטיצט עקאָלאָגיע־פּראָגראַמען אין ניו־יאָרק און מדינת־ישׂראל, ווי אויך איבער דער וועלט.
פֿרענקעלס פּערזענלעכע לײַדנשאַפֿט צו מדינת־ישׂראל איז קיין מאָל ניט געווען קיין אינטערעס פֿון העמלסלי. דער ניו־יאָרקער אַדוואָקאַט געדענקט, ווי ער האָט גערעדט מיט זײַן קליענטקע וועגן דעם ייִדישן לאַנד און איר פֿאָרגעשלאָגן צו באַזוכן מדינת־ישׂראל, צוזאַמען מיט זײַן פֿרוי, וואָס איז דאָרטן געבוירן געוואָרן. העלמסלי איז, אָבער, קיין מאָל ניט געווען אין דעם פֿאַראינטעריסירט.
ס׳רובֿ פֿון די סובסידיעס פֿאַר די אָרגאַניזאַציעס אין מדינת־ישׂראל שטיצט די מעדיצינישע און וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונג, ווי אויך געזונט־פּראָגראַמען. דער פֿאָנד אַרבעט לויטן פּרינציפּ, אַז ס׳איז בעסער צו געבן אַ פּאָר גרויסע סובסידיעס, איידער אַ סך קלענערע. דער פֿאָנד האָט, למשל, געגעבן דעם „טכניון‟ און דעם „אינסטיטוט אויפֿן נאָמען פֿון ווייצמאַן‟ 15 מיליאָן דאָלאַר, כּדי צו אַנטוויקלען אַלטערנאַטיווע מיטלען צו שאַפֿן ענערגיע. נאָך 5 מיליאָן דאָלאַר האָט מען איבערגעגעבן דעם „רמב׳׳ם־שפּיטאָל‟ אין חיפֿה, כּדי צו בויען אַן אונטערערדישן נויטפֿאַל־זאַל (emergency room), מיט וועלכן מע קען זיך באַנוצן בשעת אַ מלחמה. דער פֿאָנד האָט אויך געגעבן אַ סך געלט פֿאַרשידענע אָרגאַניזאַציעס, וואָס שטיצן פֿאַרוווּנדעטע וועטעראַנען פֿון צה״ל.
„ס׳זענען דאָ אין ישׂראל אַזוי פֿיל גוטע אַקטיוויטעטן, אַז ס’איז צו מאָל נישט לײַכט אויסצוקלײַבן וועמען פֿריִער צו העלפֿן‟, האָט פֿרענקעל געזאָגט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.