דער באַקאַנטער העלעניסט, היסטאָריקער און פֿירער פֿונעם ייִדישן אַרבעטער־בונד, פּראָפֿ’ ד”ר בנימין י. נאַדעל, איז געשטאָרבן דעם 11טן דעצעמבער, 2014, אין ניו־יאָרק, אין עלטער פֿון 96 יאָר.
נאַדעל איז געווען איינער פֿון די פֿירנדיקע געלערנטע אויפֿן געביט פֿון דער געשיכטע און די שפּראַכן בײַם שוואַרצן ים אין דער אַלטצײַט און אין מיטל־עלטער. אין 1985, קוקנדיק צוריק אויף זײַן קאַריערע, האָט ער זיך אויסגעדריקט אַזוי: „אין משך פֿון איבער פֿערציק יאָר איז פֿאַר מיר די פֿאָרשונג פֿונעם אָפּשטאַם פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן סײַ אַן אופֿן זיך אויסצודריקן וויסנשאַפֿטלעך, סײַ אַ מיטל פֿאַר מײַן נאַציאָנאַלער זעלבסט־אַפֿירמאַציע‟.
נאַדעל איז געבוירן געוואָרן אין פּעטראָגראַד, רוסלאַנד, דעם ערשטן נאָוועמבער 1918, אָבער די משפּחה איז אין גיכן אַריבער קיין ווילנע. דער טאַטע, איציק, איז געווען אַ מעטאַל־אַרבעטער, די מאַמע, אסתּר — אַ נייטאָרין, זײַנען די עקאָנאָמישע מיטלען זייערע געווען באַגרענעצט. מ’האָט זיי אַרויסגעשטעלט פֿון זייער דירה אויף דער דײַטשער גאַס אין מיטן ווינטער צוליב זייער ניט־צאָלן דירה־געלט. אין דער היים האָט מען גערעדט ייִדיש, אָבער די עלטערן האָבן אויך גוט געקענט רוסיש.
צו אַכט יאָר איז בנימין געפֿאָרן אינעם בונדיסטישן זומער־לאַגער אין שרודבאָרוּוו. ער האָט זיך געלערנט אין דער גימנאַזיע אויף דער רודניצקער גאַס און גראַדויִרט פֿונעם ווילנער ייִדישן לערער־סעמינאַר אין 1936. אין דער היים האָט בנימין זיך אויסגעלערנט רוסיש און אין דער גימנאַזיע — דײַטש. אין 1936 האָט ער אָנגעהויבן שטודירן די געשיכטע פֿון דער אַלטצײַט און אַרכעאָלאָגיע אינעם אוניווערסיטעט א”נ פֿון סטעפֿאַן באַטאָרי אין ווילנע. ער האָט אין 1939 גראַדויִרט מיט אַ מאַגיסטער אין פֿילאָלאָגיע, דער טעזיס איז געווען, „דער פּוילישער אויפֿשטאַנד פֿון 1836 און די ווילנער ייִדן‟. ער האָט געדינט אינעם „ייִדישן אַקאַדעמישן קרײַז פֿאַר דער הומאַניסטיק‟ און זיך באַטייליקט אין דעם „ייִדישן אַקאַדעמישן ספּאָרטקלוב‟ אין די יאָרן 1936־1939. מ’האָט אים אָנגענומען אין דער ייִוואָ־אַספּיראַנטור אין 1939. ווי אַ בונדיסט, האָט ער זיך געשטעלט קעגן דעם אַנטיסעמיטיזם און זיך אָפּגעזאָגט צו זיצן אויף די „געטאָ־בענק‟ פֿאַר ייִדן אינעם אוניווערסיטעט — האָט ער געהערט די רעפֿעראַטן שטייענדיק. אין געשלעגן מיט די נאַציאָנאַליסטישע „ענדעקעס‟ האָט מען אים שווער צעקלאַפּט.
ערבֿ דעם אויסבראָך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט נאַדעל זיך פֿאַרשריבן אינעם ווײַסרוסישן אוניווערסיטעט אין מינסק. די דײַטשן זײַנען באַפֿאַלן דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד אין יוני 1941, בשעת ער האָט געאַרבעט אויף אַן אַרכעאָלאָגישער אויסגראָבונג אין קרים. ער האָט קוים באַוויזן צו אַנטלויפֿן, און ניט געוווּסט, וואָס ס׳איז געשען מיט זײַן משפּחה. מ’האָט אים עוואַקויִרט קיין סאַראַטאָוו און שפּעטער — קיין סווערדלאָווסק, וווּ ער האָט געהאָרעוועט ווי אַן אַרבעטאָרער אין אַן אַרבעט־באַטאַליאָן — אויך ווי אַ לערער.
נאַדעל האָט זיך דערוווּסט, אַז די טאַטע־מאַמע און צוויי שוועסטער זײַנען צו פֿוס אַנטלאָפֿן פֿון מינסק און זיך דערשלאָגן קיין אוזבעקיסטאַן, בשעת זײַנע ליטווישע קרובֿים זײַנען אינעם חורבן אומגעקומען. ער האָט באַקומען אַ דאָקטאָראַט פֿונעם היסטאָרישן אינסטיטוט בײַ דער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע אין לענינגראַד אין אָקטאָבער 1947. זײַן דיסערטאַציע האָט באַהאַנדלט די באַפֿרײַונג פֿון שקלאַפֿן בײַ ייִדן אין קרים. בשעת דער קאַמפּאַניע קעגן „קאָסמאָפּאָליטיזם‟, האָט די סאָוועטישע מאַכט אים געפּלאָגט און אים ניט געגעבן זײַן דאָקטאָר־דיפּלאָם ביז 1950. שפּעטער איז ער געוואָרן אַן אַסאָציִיִרטער פּראָפֿעסאָר און פֿאָרזיצער פֿון לאַטײַן בײַם הערצען־אינטיטוט אין לענינגראַד ביזן יאָר 1957.
נאַדעל האָט זיך אומגעקערט קיין פּוילן, וווּ ער האָט באַקומען די קאַטעדרע פֿאַר דער געשיכטע פֿון מיטל־עלטער בײַם גדאַנסקער אוניווערסיטעט. אין די 1960ער האָט ער געפֿאָרשט בײַם קאָמיטעט פֿון אַלטצײַטישע שטודיעס פֿון דער פּוילישער וויסנשאַפֿטלעכער אַקאַדעמיע אין וואַרשע, און געלערנט בײַם לאָדזשער אוניווערסיטעט. ווי אַ קוראַטאָר בײַם ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט אין וואַרשע, און בײַם צענטראַל־ראַט פֿונעם קולטור־פֿאַרבאַנד פֿון די ייִדן אין פּוילן, האָט ער אַקטיוו געשטיצט די ייִדישע קולטור.
צוליב דעם אויפֿשטײַג פֿון אַנטיסעמיטיזם אין פּוילן נאָך מאַרץ 1968, האָט מען בטל געמאַכט נאַדעלס פּאָזיציע צו פּראָפֿעסאָר בײַם לאָדזשער אוניווערסיטעט. אַרויספֿאָרנדיק פֿון פּוילן אין נאָוועמבער 1968, האָט ער זיך אויסגעדריקט: „איך קען ניט פֿאַרטראָגן די דיסקרימינאַטאָרישע פּאָליטיק, וואָס ווערט פֿאַרשפּרייט איצט קעגן די ייִדן אין פּוילן. ווי אַ ייִד, קען איך מער ניט לעבן אין דעם דאָזיקן לאַנד‟. ער איז אַריבער קיין פֿראַנקרײַך און האָט געלערנט בײַם פּאַריזער אוניווערסיטעט VII אין ווענסען. זינט נאַדעל איז אַוועקגעפֿאָרן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן אין 1969, האָט ער געהאַלטן לעקציעס אינעם שיקאַגער אוניווערסיטעט, אינעם אוניווערסיטעט פֿון צפֿון־אילינוי, און אין „פֿראַנקאָניאַ קאָלעדזש‟ אין ניו־האַמפּשיר.
נאַדעל האָט באַקומען בכּבֿודיקע סטיפּענדיעס בײַם אינסטיטוט פֿאַר אַוואַנסירטע שטודיעס אין פּרינסטאָן אין די יאָרן 1980־1981 און אין 1984, און בײַם אָקספֿאָרדער צענטער פֿאַר העברעיִשע שטודיעס אין 1990־1991. די מעמאָריאַל־פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער קולטור און דער נאַציאָנאַלער עולמות־פֿאָנד פֿאַר דער הומאַניסטיק (NEH) האָבן אָנערקענט זײַן אַרבעט. די פּוילישע רעגירונג האָט אים אָפּגעגעבן כּבֿוד מיטן „אָרדן פֿון כּבֿוד און טיטל פֿון געערטע קולטור־פֿירער‟ אין 1965.
ווי אַ וויסנשאַפֿטלער און אַ כּלל־טוער, האָט נאַדעל באַטראַכט דעם בונדס מיסיע ווי אַ הייליק שליחות, וואָס גיט אָפּ כּבֿוד די פֿריִערדיקע דורות. ער איז געוואָרן דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿונעם בונד־אַרכיוו אין 1978; און געדינט ווי דער רעדאַקטאָר פֿונעם „בולעטין פֿונעם בונד־אַרכיוו‟ און פֿון „אונדזער צײַט‟. אין 1987 האָט ער אַרויסגעגעבן דעם ערשטן „וועגווײַזער פֿאַרן בונד־אַרכיוו‟. נאַדעל האָט געשפּילט אַ שליסל־ראָלע אינעם אויפֿקום פֿונעם „אינסטיטוט פֿאַר דער געשיכטע פֿונעם בונד און פֿון דער ייִדישער קולטור‟ בײַם אוניווערסיטעט אין חיפֿה. ער האָט פֿאַרזיכערט די פּרעזערווירונג פֿונעם בונד־אַרכיוו דורכן איבערגעבן אים צום ייִוואָ אין 1992. נאַדעל האָט געדינט ווי דער גענעראַל־סעקרעטאַר פֿונעם קאָאָרדיניר־קאָמיטעט פֿון בונד אין די יאָרן 1992־2004. ער האָט זיך פּענסיאָנירט און זיך צוריקגעצויגן קיין האָנטינגטאָן, ניו־יאָרק. זײַן עזבֿון געפֿינט זיך אינעם ייִוואָ־אַרכיוו.
אין משך פֿון פּראָפֿעסאָר נאַדעלס אויסערגעוויינטלעך לעבן זײַנען די ייִדישע שפּראַך און קולטור געווען אים נאָענט צום האַרצן. ער האָט אָנגענומען די אידעאָלאָגיעס פֿון בונדיזם און ייִדישיזם און איז געווען אַ מיטגליד פֿון דעם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס, דעם אַרבעטער־רינג, דעם אַקאַדעמישן קאָנסולטאַנטן־ראַט פֿונעם בונד־אַרכיוו, דעם קאָאָרדיניר־קאָמיטעט פֿונעם ייִדישן אַרבעטער־בונד, און דעם ראַט פֿון ייִדישע אַרכיוון און פֿאָרשונג־ביבליאָטעקן. ער האָט אָנגעשריבן די ביכער „ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע … ביז 1240‟ (וואַרשע 1960), „די עלטסטע ייִדישע ייִשובֿים אין מיזרח־אייראָפּע‟ (וואַרשע 1961), און איבער 220 אַרטיקלען וועגן די גריכישע קאָלאָניעס אין קרים, וועגן דער געשיכטע פֿון די ייִדן, פֿונעם ייִדישן אַרבעטער־בונד, פֿון לאַטײַן און פֿון ייִדיש. ער האָט געדרוקט אַרטיקלען אויף ייִדיש אין „די פֿאָלקס־שטימע‟, „בלעטער פֿאַר געשיכטע‟, „אונדזער קיום‟, „אונדזער צײַט‟, „דער וועקער‟, „ייִדישע שריפֿטן‟, „די צוקונפֿט‟ און „פֿאָרווערטס‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.