בוענאָס־אײַרעס. — דער ספּעציעלער פּראָקוראָר פֿונעם אַטאַק אויפֿן ייִדישן קהילה־צענטער „אַמיאַ‟ אין 1994 האָט די וואָך אַרײַנגעגעבן אַן אָנקלאָג קעגן דער אַרגענטינער פּרעזידענטין און דער רעגירונג, באַשולדיקנדיק זיי אין פֿאַרדעקן די ראָלע, וואָס איראַן האָט געשפּילט אין פּלאַנירן דעם אַטאַק.
אַלבערטאָ ניסמאַן, וועלכער פֿירט אָן מיט דער אויספֿאָרשונג, האָט מיטוואָך אַרײַנגעגעבן אַ פֿעדעראַלן אָנקלאָג פֿון 300 זײַטן, טענהנדיק, אַז פּרעזידענט קריסטינאַ פֿערנאַנדעז דע קירשנער האָט פֿאַרדעקט די ראָלע, וואָס עטלעכע געוועזענע איראַנישע הויכע באַאַמטע האָבן געשפּילט אינעם אַטאַק. אינעם אָנקלאָג, וואָס רופֿט צו פֿאַרפֿרירן קירשנערס אַקטיוון, ווערט אויך באַשולדיקט דער אויסערן־מיניסטער העקטאָר טימערמאַן, וועלכער איז אַ ייִד.
דער אָנקלאָג טענהט, אַז קירשנער האָט בכּיוון באַשלאָסן נישט צו באַשולדיקן די איראַנישע הויכע באַאַמטע, נישט געקוקט אויף די באַווײַז־מאַטעריאַלן, און אינעם פּרוּוון „אָפּמעקן‟ זייער ראָלע אינעם פּלאַנירן דעם אַטאַק.
„אינטערפּאָל‟ האָט אַרויסגעלאָזט אַרעסט־באַפֿעלן פֿאַר זעקס איראַנער, אין פֿאַרבינדונג מיטן אַטאַק, אַרײַנגערעכנט דעם דעמאָלטדיקן שוץ־מיניסטער.
דער אָנקלאָג באַשולדיקט די רעגירונג אינעם פֿאַרדעקן די פֿאַרברעכנס, כּדי אָנצוקניפּן האַנדל־באַציִונגען מיט איראַן, בעת אַרגענטינעס ערנסטן ענערגיע־קריזיס. לויטן פּלאַן, וואָלט אַרגענטינע פֿאַרקויפֿט תּבֿואה צו איראַן, און איראַן וואָלט פֿאַרקויפֿן נאַפֿט צו אַרגענטינע. דער פּלאַנירטער האַנדל־אָפּמאַך צווישן די צוויי לענדער וואָלט אָבער נישט געווען מעגלעך, כּל־זמן אַרגענטינע פֿירט דורך אַן אויספֿאָרשונג קעגן די איראַנישע הויכע באַאַמטע. ווי אַ רעזולטאַט, האָט קירשנער „באַפֿוילן צו פֿאַרקערעווען די אויספֿאָרשונג אין אַן אַנדער ריכטונג, און דערבײַ געפּטרט לאַנגע יאָרן דורך איר פּרוּוון באַפֿרײַען די פֿאַרדעכטיקטע איראַנער פֿון אַלע חשדים, און דערבײַ אונטערגעצויגן דעם ליגן, אַז איראַן איז אומשולדיק אינעם אַטאַק‟.
דער אָנקלאָג באַשולדיקט אויך די לינק־געשטימטע פּאָליטישע פֿירער, לויִס ד׳עליאַ און פֿערנאַנדאָ עסטעש. עסטעש איז לעצטנס געשיקט געוואָרן אין תּפֿיסה פֿאַר האָבן געסטראַשעט די באַטייליקטע אין אַ ייִדישער מאַניפֿעסטאַציע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.