די „רודערמאַן משפּחה פֿונדאַציע‟ האָט, בשותּפֿות מיט חב״ד־ליובאַוויטש, לעצטנס אויפֿגעשטעלט אַ פֿאָנד פֿון 1 מיליאָן דאָלער, צו דערמעגלעכן דער ייִדישער קהילה זיך צו באַציִען צו מענטשן מיט אַ מום אויף אַ מער וואַרעמען, סענסיטיוון אופֿן.
די סובסידיע איז די גרעסטע, וואָס די פֿונדאַציע האָט אַ מאָל געשאָנקען אַ רעליגיעזער אָרגאַניזאַציע, האָט די פֿונדאַציע דינסטיק דערקלערט אין אַ פּרעסע־קאָמוניקאַט.
„דער חב״ד האָט שלוחים אין כּמעט יעדער ייִדישער קהילה איבער דער וועלט, רעפּרעזענטירט ער דעריבער איינעם פֿון די שטאַרקסטע, השפּעהדיקסטע קירובֿ־מיטלען בײַ ייִדן,‟ האָט דזשיי רודערמאַן, דער פּרעזידענט פֿון דער „רודערמאַן משפּחה פֿונדאַציע‟ דערקלערט.
די סובסידיע וועט פֿינאַנצירן קורסן, וואָס וועלן ווײַזן די ייִדישע קהילה־פֿירער כּלערליי סטראַטעגיעס, וואָס דערמעגלעכן מענטשן מיט אַ מום, אַלט און יונג, זיך צו פֿילן באַקוועם בײַ די כּלערליי אונטערנעמונגען און פּראָגראַמען אין דער ייִדישער קהילה. מע וועט אויך טרענירן יונגע רבנים און אויפֿפּאַסער פֿון די זומער־לאַגערן ווי אַרײַנצונעמען די אינוואַלידן ווי אייגענע. מע וועט אויספּראָבירן דעם נײַעם צוגאַנג אין 25 באַשטימטע ייִדישע קהילות, האָט די פֿונדאַציע באַטאָנט.
רודערמאַן האָט באַמערקט, אַז דער ליובאַוויטשער רבי, מנחם־0מענדל שניאורסאָן, האָט געלערנט, אַז „יעדער ייִד איז גלײַך און יעדער ייִד איז אַ חשובֿער טייל פֿון אונדזער קהילה, ניט געקוקט אויף זײַנע פֿעיִקייטן‟. רודערמאַן האָט אויך געזאָגט: „אונדזער צוזאַמענאַרבעט מיט חב״ד וועט פֿאַרזיכערן, אַז די ווערטער פֿונעם רבין זאָלן אָנגענומען ווערן בײַ אַלע ייִדן.‟
די דירעקטאָרין פֿון דער פּראָגראַם, ד״ר שׂרה קראַנץ־צימענט, האָט אינעם זעלבן קאָמוניקאַט דערקלערט: „די איניציאַטיוו וועט ענדערן דעם צוגאַנג פֿון ייִדן איבער דער וועלט און דערמעגלעכן צו שאַפֿן אַ סבֿיבֿה, וווּ יעדער וועט זיך פֿילן ווי בײַ זיך אין דער היים.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.