פֿאַר אונדז ייִדן איז עס נישט קיין נײַעס, אונדזער געשיכטע באָדט זיך אין שחיטות. פֿאַר די פֿראַנצויזן איז עס אַ וועק־זייגער, נאָך היטלערן — אַ נײַע צרה. גאַנץ אייראָפּע איז אָנגעגריפֿן מיטן זעלבן ווירוס — אַנטי־אַמעריקע, שׂינאת־ישׂראל, אַ ביין אין האַלדז! וואָס טויג אונדז די דעמאָקראַטיע, וואָס טויג אונדז דער ליבעראַליזם, ווער דאַרף מענטשן־רעכט, פֿרויען־רעכט, דערציִונג, ביבליאָטעקן, מוזייען, צײַטונגען און צום סוף, „שאַרלי‟; אַ זשורנאַל, וואָס ווייסט נישט פֿון קיין צאַמען, זייער שטעלונג לגבי רעליגיעס, פֿרײַע מיינונגס־אויסטויש מיטן באַדראָען יעדן וואָס שטימט נישט אײַן מיט דער אויפֿוואַכונג פֿונעם 17טן יאָרהונדערט.
מיר ייִדן ספּעציאַליזירן זיך אין קריטיק, מיר האָבן אַמאָל פֿאַרמאָגט אין ניו־יאָרק אַ הומאָריסטיש בלאַט פֿון 1909 ביז די שפּעטע צוואַנציקער יאָרן, מיט אַ מענגע ממזרישע, גנבֿישע, זעלבסט־דעפּריקירנדיקע אילוסטראַציעס. דאָרט האָט מען קריטיקירט די פֿרומע, די פֿרײַ־דענקער, דעם רעדאַקטער פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ — אַב. קאַהאַן, מיט די פּאַרטײען פֿון רעכטס ביז לינקס. די צײַטונג האָט פֿאַרמאָגט אַ פּלעיאַדע ייִדישע הומאָריסטן, זשורנאַליסטן, פֿעליעטאָניסטן, פּאָעטן און באַרימטע פּראָזאָיִקער.
מען האָט חוזק געמאַכט פֿון די יוניאָן־פֿירער, די וועלט־פּאָליטיקער, אילוסטרירט די אָנפֿאַלן מיט די פּאָגראָמען אויף ייִדן אין אייראָפּע, מען האָט געטאַדלט די פּאָליאַקן, אוקראַיִנער, דײַטשן, די אַלטע אימיגראַנטן אין אַמעריקע, וואָס האָבן געוואָלט פּטור ווערן פֿון די נײַע אימיגראַנטן; נישט געווען קיין טעמעס, וואָס זיי האָבן נישט אָנגערירט. ס’איז אָבער קיינעם נישט אײַנגעפֿאַלן, אַז מ’קען דעם „גרויסן קונדס‟ מאַכן מיט אַ קאָפּ נידעריקער, און אויסהרגענען די גאַנצע רעדאַקציע.
און ווי די יאָרהונדערטער זאָלן זיך נישט בײַטן, איז עס אָבער כּמעט יעדעס מאָל גענייגט צום ביטערן, בעת די פֿעלקער פֿון דער וועלט ציטערן הײַנט פֿאַר דער איסלאַמישער אײַנבירגערונג אין ס’רובֿ אייראָפּעיִשע לענדער. עס איז געקומען אַ צײַט, ווען אַ סך פֿון זיי ציטערן איבערצוטרעטן די שוועל פֿון די אַראַבישע געגנטן אין יענע געגנטן.
דער אייראָפּעיִשער אַנטיסעמיטיזם איז אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד, און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, אַז גאַנץ אייראָפּע איז שולדיק אין אונדזער אומקום אין צײַט פֿונעם חורבן, אַרײַנגערעכנט פֿראַנקרײַך, וואָס ליגט הײַנט אײַנגעלייגט, ווי אַ טשוטשעלע, און ציטערט אין די הויזן.
זיץ איך אַזוי אין אַ יאַפּאַנישן רעסטאָראַן דאָ אין פֿלאָרידע, מיט פֿיר גאָר אַנשטענדיקע דאַמעס, אַחינו־בני־ישׂראל, צוויי ישׂראלדיקע פֿרויען, אַמאָליקע קיבוצניטשקעס, וווינען שוין הײַנט אין שיקאַגע איבער צוואַנציק יאָר, און ביידע האַלטן זיך דאָרט צוזאַמען.
איינע פֿון זיי דערציילט, ווי נאָך איר געבורט אינעם קיבוץ גיט מען אַרײַן די עופֿעלעך אין אַ קינדער־היים, וווּ עס פּאַסן אויף אויף זיי קיבוצישע אָנגעשטעלטע. זיי שלאָפֿן, עסן, שפּילן און לערנען זיך אין דער קיבוצישער קינדערהיים. די עלטערן קומען זיי באַזוכן, ווען עס קומט פֿאָר אַן „עלטערן־טאָג.‟
די צווייטע בחורטע דערציילט דאָס אייגענע, נאָר זי האָט זיך קיין מאָל נישט צוגעוווינט צו דער אײַנשטעלונג, געקלאָגט און געוויינט און געוואָלט די מאַמע. איז זי געוואַקסן אַ דערשראָקן קינד, אַן אומגליקלעך קינד, אַ געליטן קינד, צוליב דער אומנאַטירלעכער איזאָלאַציע פֿון די עלטערן. ביידע טענהן, אַז בן־גוריון איז געווען אַ בריליאַנטענער געניוס, אַ וויזיאָנער, אַ ריזיקער פּאָליטיקער. ער האָט אויפֿגעשטעלט אַ נײַעם דור וואָס באַשטייט נישט פֿון ייִדן, נאָר פֿון „ישׂראלים‟. מיט איין וויש, אויסגעמעקט דעם גלות מיטן גאַנצן קלאַפּערגעצײַג, די גאַנצע ייִדישע געשיכטע פֿון די לעצטע צוויי טויזנט יאָר — די שפּראַך, די שריפֿטן, הייליקע און וועלטלעכע ליטעראַטור, אַזוי אַז „ייִדיש לא בא בחשבון‟, עס קומט נישט אין באַטראַכט; אויף איר אָרט וואָלט שוין בעסער געווען כּנעניש. זיי ווייסן נעבעך נישט, אַז זייער לשון־עבֿרית באַשטייט טאַקע פֿון כּנעניש, מיצריש, אשוריש, אַראַמעיִש, אַראַביש צווישן אַ שלל מיטל־מיזרחדיקע לשונות. זאָגן זיי מיר:
„איז נישט ייִדיש אין דער אמתן דײַטש?‟
פֿרעג איך זיי: „איז נישט ענגליש, דעניש, האָלענדיש, שוועדיש אויך באַזירט אויף דײַטש?‟
זיי פֿאַרענטפֿערן זיך: „מען האָט אונדז דערצויגן אויף עבֿרית. ייִדיש איז געווען אסור, די מאַמע האָט גערעדט אונגאַריש, אָבער קיין איין וואָרט ייִדיש.‟
הײַנט באַדויערן זיי, אַזאַ ליכטיקע שפּראַך האָט מען אויסגעמיטן…
די אַנדערע צוויי בחורטעס זײַנען דווקא אַמעריקאַנער, איינע אַ געוועזענע פּראָפֿעסאָרקע אין אַן אַנטשטענדיקן קאָלעדזש, וווּ זי האָט געלערנט „די השפּעה פֿון גימנאַזיעס אויף דער לערע אין די קאַלעדזשעס‟, די צווייטע לערנט נאָך אַלץ אין אַ קאָמונאַלן קאָלעדזש מאַטעמאַטיק, סטאַטיסטיק און „פֿאַקטאָר־אַנאַליז‟.
איך קען זיך נישט דערוואַרטן אַ שמועס טאָן וועגן דעם הײַנטיקן פּאַריז, און דאָס שעכט־הויז פֿון דער רעדאַקציע פֿונעם זשורנאַל „שאַרלי העדבאָ‟. די ישׂראלדיקע דאַמעס זײַנען דווקא אײַנשטימיק מיט שאַרלין; זיי טענהן, אַז די רעדאַקציע האָט אַ רעכט דערויף. נאָך אַלעמען, נאָכן קריג האָט זיך פֿראַנקרײַך פֿאַרוואַנדלט אין אַ דעמאָקראַטיש לאַנד, אַ ליבעראַל לאַנד, מעג מען.
די אַמעריקאַנער פּראָפֿעסאָרקע רעאַגירט גאָר אַנדערש, זי טענהט: „איר ווייסט! מײַן ׳בוי־פֿרענד׳ — אַגבֿ, ער איז נישט קיין ייִד — האָט ליב צו גיין אויף יאַגד שיסן ווילדע חזירים. ער קוילעט זיי און פּרעגלט אויפֿן אָפֿענעם פֿײַער. פּונקט איצטער געפֿינט ער זיך אין די ׳באַהאַמאַס׳. ער האָט זײַן אייגענע יאַכטע, האָט ליב צו כאַפּן פֿיש, בעט ער מיך איך זאָל אים ברענגען אַ נײַע ווענטקע, כאָטש ער האָט שוין אַ שלל מיט ווענטקעס. ער האָט ליב פֿיש־פֿאַנג.‟
איך זיץ און שטוין, שוין זשע דרינגט נישט אַרײַן דער אויפֿרײַס פֿון דער רעדאַקציע אין איר פֿאַרשטאָפּטן מוח? הייב איך שוין אָן צו רעדן וועגן דעם כּשרן געשעפֿט, וווּ עס זײַנען אומגעקומען פֿיר יונגע ייִדן.
רופֿט זיך אָפּ איינע פֿון די ישׂראלדיקע דאַמעס: „אונדז איז באַקאַנט דער מצבֿ. מיר לעבן עס אַדורך טאָג־טעגלעך. אין אונדזער קיבוץ האָבן די ראַקעטן באַשעדיקט אַ הויז און עס זײַנען אומגעקומען צוויי קיבוצניקעס.‟
זאָג איך איר: „די ישׂראלים האָבן געפֿונען אַ פֿאָרטל ווי זיך צו ספּראַווען מיט די טעראָר־אַקטן, זיי צעשטערן דאָס הויז פֿונעם אַרײַנדרינגער. אפֿשר וואָלט דאָס געהאָלפֿן מיט דער איסלאַמישער באַפֿעלקערונג אין פּאַריז, אָבער די פּאָליציי ציטערט און פֿלאַטערט צו שטעלן אַ טריט אין זייער געגנט.‟
די מאַטעמאַטיקערין שמייכלט אַ שעלמיש שמייכעלע און רופֿט זיך אָפּ: „איר ווייסט, איך בין געוואַקסן איינע פֿון זיבן קינדער. די מאַמע פֿלעגט זאָגן, אַז איך בין געבוירן געוואָרן מיט אַן אַלטן קאָפּ. בין איך טאַקע אויסגעוואַקסן אַ פֿאַרשטענדלעך קינד. מײַן גאַנצער אינטערעס ליגט אין אַרומרײַזן איבער דער וועלט. כ’בין ערשט געווען אין נייפּאַל, דאָרט גענומען בילדער פֿון זייערע העלפֿאַנטן. רעדנדיק פֿון העלפֿאַנטן, איז הײַנט מײַן קעצעלע ׳מיסי׳, אַ טראָפּעלע פֿאַרקילט. זי טרעט נישט אָפּ פֿון מיר, זי מיינט איך בין איר מאַמע…‟
וויל איך וויסן: „זאָג מיר, טײַערינקע, ביסט טאַקע אַרומגעפֿאָרן איבער דער וועלט און זיך מחיה געווען מיט די העלפֿאַנטן, ביסטו אַמאָל געווען אין ישׂראל?‟
„אין ישׂראל? ניין!‟ זאָגט זי מיר. „ס’איז מיר קיין מאָל נישט אײַנגעפֿאַלן אפֿילו צו פֿאָרן אַהין. איך האָב מיט זיי קיין שום געמיינזאַמס.‟
איך האָב זיך צוריקגעקערט צו די צוויי ישׂראלדיקע דאַמעס, וואָס האָבן דאָס אויפֿגענומען גלײַכגילטיק; נאָך אַלעמען וווינען זיי שוין אין אַמעריקע איבער צוואַנציק יאָר, און האַלטן פֿון דעם אַמעריקאַנער רויִקן לעבן. אָבער איך האָב זיך דערווײַל דערפֿילט ווי אַ פֿיש אויף דער טרוקעניש, נישט מײַנע ייִדן! זייער ייִדישער זייגער האָט געמוזט בלײַבן שטיין אין 19טן יאָרהונדערט, ווען די ערשטע מאַסן ייִדן האָבן געלאַנדעט אויף דער אַמעריקאַנער יבשה. זינט דעמאָלט זײַנען זייערע אייניקלעך אויסגעוואַקסן פּראָפֿעסאָרן, פּסיכיאַטאָרן, פּראָפֿעסיאַנאַלן, נאָר די שוווילטונג האָט זיי אַטראָפֿירט, אויסגעריסן כירורגיש זייערע ייִדישע וואָרצלען, און רוף זיי קנאַק־ניסל.
אַהיים קומענדיק, האָב איך אָנגעקלונגען מײַנע בעסטע פֿרײַנט אין ניו־יאָרק, און מיר האָבן אַלע געטרויערט צוזאַמען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.