לידער כאָכלאַצקע, מונטערע פֿרישע
וואָס שמעקן מיט פֿעלד און מיט שײַער.
זיי פֿילן די לופֿט אָן, מיט וואַרעמקייט ליבער,
וואָס שטראָמט פֿון אַ היימישן פֿײַער.
(הערץ ריווקין “פֿון שכנישן דאָרף”)ֿ
ריווקינס ליד הייבט אַרויס די נאָענטע באַציִונגען צווישן די ייִדן אין אוקראַיִנע און בעסאַראַביע, און עס איז נישט קיין סוד, אַז דאָס ייִדישע און אוקראַיִנישע פֿאָלקסליד האָבן אַ סך בשותּפֿותדיקס — די עמאָציעס, די מעלאָדיעס און אַפֿילו די טעמעס. די בעסטע ייִדישע פֿאָלקס־זינגער אונדזערע האָבן אין דער אַלטער היים געקענט און האָבן שטאַרק ליב געהאַט צו זינגען די לידער פֿון זייערע „שכנים‟ — די אוקראַיִנער, אָדער ווי מע האָט זיי אויף פּראָסט ייִדיש גערופֿן אָן שום באַליידיקונג — די גויים.
אינעם נײַעם קאָמפּאַקטל פֿון מיישקע אַלפּערט און דזשוליאַן קיטאַסטי, Night Songs From a Neighboring Village (נאַכטיקע לידער פֿון שכנישן דאָרף), וואָס איז אַרויסגעגעבן געוואָרן פֿון דער דײַטשער פֿירמע Oriente Musik, זינגט מען לידער אויף ביידע שפּראַכן, און אָפֿט מאָל קאָמבינירט מען לידער אויף דער זעלבער טעמע, אָדער וואָס דריקן אויס דאָס זעלבע לירישע געפֿיל, אָדער וואָס האָט אַן ענלעכע מעלאָדיע.
די רעקאָרדירונג הייבט זיך אָן מיט דער אַלטער ייִדישער באַלאַדע „אָדם הראשון‟, געזונגען פֿון אַלפּערט —
אַז גאָט האָט באַשאַפֿן מענטשן אויף דער וועלט
אָדם הראשון האָט ער צום ערשטן געשטעלט.
מע וואָלט געקענט מיינען, אַז דאָס איז זיכער נאָר אַ ייִדישע טעמע, אָבער עטלעכע סטראָפֿעס פֿון אַן אָדם־הראשון־ליד אויף אוקראַיִניש ווערן אַרײַנגעפֿלאָכטן און געזונגען פֿון קיטאַסטי. צום באַקאַנטן אוקראַיִניש ליד „או סוסידאַ‟ (בײַם שכן), זינגט אַלפּערט אַ נוסח מיט ייִדישע ווערטער, און קיטאַסטי — דעם אָריגינעלן נוסח. אָבער נישט אַלץ אויף דער רעקאָרדירונג שטאַמט פֿונעם אַלטן רעפּערטואַר: אַלפּערט זינגט זײַנע צוויי אָריגינעלע באַלאַדעס אויף ייִדיש — „טשערנאָביל‟ און „אַ שפּײַ אין ים‟. די מעלאָדיעס קלינגען טאַקע אַלט, נאָר זײַנע ווערטער רעדן צום האַרצן פֿון אונדזער דור.
מיישקע אַלפּערט איז פֿון די עכטסטע ייִדישע פֿאָלקזינגערס און אַ וויכטיקער לערער פֿונעם אַלטן געזאַנג־סטיל. קיטאַסטי איז אַן ענלעכער מבֿין פֿונעם אוקראַיִנישן פֿאָלקלאָר און פֿאָלקסליד, און אַ מײַסטער באַנדוריסט. דער זיווג פֿון די צוויי „שכנים‟ — אַלפּערט און קיטאַסטי — איז געווען באַשערט מן־השמים. די וועבזײַט פֿון דער פֿירמע איז: www.oriente.de
שוין עטלעכע יאָר, וואָס די „ייִדיש־זומער־ווײַמאַר‟-פּראָגראַם אין דײַטשלאַנד גיט זיך אָפּ במשך פֿון איין וואָך מיט ייִדישע קינדער־לידער, שפּילן און פֿאָלקלאָר. פֿון דער ווײַמאַרער קינדער־וואָך איז אַרויסגעוואַקסן אַ נײַ קאָמפּאַקטל — „פֿאַר דעם נײַעם דור!‟. פּראָפֿ׳ דיאַנאַ מאַטוט פֿון האַלער אוניווערסיטעט אין דײַטשלאַנד און אַ לערערין אין ווײַמאַר, האָט לאַנצירט דעם פּראָיעקט. מיט דער הילף פֿונעם גיטאַריסט אַנדרעאַס שמיטגעס, דער פֿידלערין וואַנעסאַ ווראָמאַנס, דעם באַסיסט מאַרטין ליליטש, אַקאָרדעאָן־שפּילער אַלען בערן און אַ גרופּע זינגערס, סײַ קינדער, סײַ דערוואַקסענע, האָט דער אַנסאַמבל במשך פֿון עטלעכע וואָכן אַרום פּסח 2014 אַראַנזשירט און רעקאָרדירט די לידער.
שמיטגעס איז געקומען אין ייִוואָ־אַרכיוו מיט אַ פּאָר יאָר צוריק און געזוכט קינדער־לידער און טענץ־לידער, און אויף דער רעקאָרדירונג הערט מען דעם רעזולטאַט פֿון זײַן פֿאָרשונג, בפֿרט לידער, וואָס ער האָט געפֿונען אין דער „רות רובין־זאַמלונג‟. עטלעכע לידער האָט מען גענומען פֿון שלמה באָסטאָמסקיס בוך „אונטער די גרינינקע ביימעלעך‟ און פֿון יואל ענגעלס קינדער־שאַפֿונגען.
ס’רובֿ לידער זענען הײַנט נישט באַקאַנט און דאָס איז זיכער געווען אַ ציל פֿון דער רעקאָרדירונג — צו ברענגען כאָטש עטלעכע מוסטערן פֿון אונדזער אומבאַקאַנטן רײַכן קינדערלידער־רעפּערטואַר צו אַ ברייטערן עולם. בלויז גאָלדפֿאַדענס „האָצמאַך איז אַ בלינדער‟ און דאָס פֿאָלקסליד „האָב איך אַ פּאָר אָקסן‟ זענען אפֿשר מער באַקאַנט.
פּראָפֿ׳ שמעון נויבערג פֿונעם טריִער אוניווערסיטעט איז צווישן די לערער פֿון דער ווײַמאַרער קינדער־פּראָגראַם, און זײַנע דרײַ טעכטער — שפּרינצע, קריינדל און טרײַנע, קענען גוט ייִדיש און פֿאַרמאָגן זיסע קולעכלעך. צוויי ברידערלעך, לוקאַ און לייבקע פּאַטשאָניק, זינגען אויך סאָלאָס אינעם כאָר.
די מעלאָדיעס צו די לידער קלינגען גאַנץ ווײַט פֿון פֿאָלק־ און קלעזמער־מוזיק. זיי דערמאָנען גיכער די דײַטשע קינדער־לידער פֿון 100 יאָר צוריק, און עס זעט אויס, אַז אונדזערע ייִדישע קינדערלידער־קאָמפּאָזיטאָרן האָבן די דײַטשע לידער געהאַט אין זינען ווי מוסטערן פֿאַר זייערע שאַפֿונגען. די טעמע וואָלט געדאַרפֿט ווײַטער אויסגעפֿאָרשט ווערן פֿון אַ מוזיקאָלאָג, אָבער צו מײַנע אויערן קלינגען אַ טייל לידער נישט נאָר דײַטשיש, נאָר אויך קריסטלעך אין זייער כאַראַקטער. עס איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז אין אונדזער קינדערלידער־אוצר געפֿינט מען גאַנץ אומעטיקע לידער, ווי למשל, דאָס ליד „האַרבסט‟ פֿון אַ. לימאָנע —
פֿליִען געלע בלעטער
פֿאַלן אויפֿן וועג,
ווערט שוין שלעכט דער וועטער,
ווערן קורץ די טעג.
פֿליִען אָפּ די פֿויגלען
ליידיק שטייט דער וואַלד.
אַוועק דער ליבער זומער
האַרבסט געקומען באַלד.
די אַראַנזשירונגען פֿון אַלען בערן הייבן אַרויס דעם חן סײַ פֿון די לידער, סײַ פֿון די יונגע און ווייניק־יונגע זינגערס. איך האַלט, אַז אַלע ייִדיש־רעדער וועלן הנאה האָבן פֿונעם קאָמפּאַקטל „פֿאַר דעם נײַעם דור‟, און, לאָמיר האָפֿן, אַז יונגע טאַטע־מאַמעס וועלן אויך אויסניצן די לידער אויפֿצוהאָדעווען, טאַקע, אַ נײַעם דור ייִדיש־רעדער און זינגער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.