מײַן ליבער לערער, דאָקטאָר ישׂראל־חײם בילעצקי, אונדז צו לאַנגע יאָרן, האָט ליב געהאַט איבערצוחזרן, אַז מיר, ייִדן, זײַנען אַ מאָדנע פֿאָלק. מיט אַ ברײטער האַנט האָבן מיר פֿאַרשאָנקען די אַנדערע פֿעלקער דאָס, װאָס ס׳האָט געקענט װערן אַ צװײַג פֿון אונדזער נאַציאָנאַלן לעבן און קולטור. און מײנען האָט ער געמײנט, קריסטנטום און איסלאַם.
איך שטרענג אָן מײַן פֿאַנטאַזיע און שטעל זיך פֿאָר, װי גרױס װאָלט געװען די ייִדישע װעלט, װען די ייִדן װאָלטן אַרײַנגעלאָזט צו זיך די הונדערטער ניט־ייִדישע פֿעלקער.
די ייִדישע װעלט איז געװען און געבליבן אַ קלײן װעלטל, און אַזאַ, װײַזט אױס, װעט זי בלײַבן אױף אײביק. און עס מאַכט ניט אױס, װוּ די ייִדן װױנען — אין תּפֿוצות אָדער בײַ זיך אין דער הײם, אין מדינת־ישׂראל, אין אַ מעגאַפּאָליס אָדער אין דאָרף — בלײַבן מיר די זעלבע שטעטל־ייִדן, כאָטש דאָס שטעטל אַלײן, װי אַ געאָגראַפֿיש־סאָציאַלער פּונקט, עקזיסטירט שױן ניט. דאָס ייִדישע שטעטל איז ניט קײן מעלה און ניט קײן חסרון, נאָר אַ נשמה־צושטאַנד, און מיר פּערזענלעך איז זײער באַקװעם און אָנגענעם צו לעבן אין מײַן שטעטל.
די העכסטע אינסטיטוציע פֿון אַ שטעטל איז אַ משפּחה, און אין דער ייִדישער משפּחה האָט געהערשט דער מאַטריאַרכאַט, אין גוטן זינען פֿון װאָרט. דער כּבֿוד צו אַ פֿרױ איז געװען הײליק, און איך געדענק ניט קײן אײן פֿאַל פֿון אַ גװאַלדטאַט כּלפּי אַ פֿרױ אין די פּאָר טױזנט ייִדישע משפּחות פֿון אונדזער שטעטל; טאַקע דעריבער האָט מיך זײער פֿאַראומערט די טרױעריקע ישׂראלדיקע סטאַטיסטיק פֿון די דערמאָרדעטע פֿרױען אין משך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר; עלף פֿרױען זײַנען דערהרגעט געװאָרן פֿון זײערע מענער, ברידער אָדער חבֿרים. צענדליקער פֿרױען און מײדלעך זײַנען פֿאַרגװאַלדיקט געװאָרן… מײַן שװאַכער מוח זאָגט זיך אָפּ אָנצונעמען דעם פֿאַקט פֿון דער אוממענטשלעכער באַרבאַרישקײט. געװאַלד געשריִען!
מדינת־ישׂראל האָט געשטעלט איר חתימה אונטער דער צװישן־פֿעלקערלעכער דעקלאַראַציע קעגן דעם גװאַלדטאַט אין יאָר 1991 און, אײגנטלעך, פֿון דעמאָלט אָן ווערט יעדער קרימינעלער פֿאַל קעגן די פֿרױען באַטראַכט װי אַ פֿאַרברעכערישער טאַט קעגן דער מלוכה. פֿאַר די לעצטע 23 יאָר אין לאַנד זײַנען דערהרגעט געװאָרן כּמעט צװײ הונדערט פֿרױען. הינטער די טױטע סטאַטיסטישע ציפֿערן יאָמערן טױזנטער צעשטערטע און צעטראָטענע לעבנס פֿון די נאָענטע קרובֿים, חבֿרים, שכנים און די ניט־גלײַכגילטיקע בירגער. װי קען מען רויִק עסן און שלאָפֿן, װען לױט דער סטאַטיסטיק, װײסט די מלוכה פֿון פֿריִער, אַז אין קומענדיקן חודש װעט, ניט דאָ און ניט פֿאַר קײנעם געדאַכט, דערהרגעט װערן עמעצנס מוטער, װײַב, טאָכטער אָדער חבֿרטע?…
װען איך האָב הײַנט אַרײַנגעקוקט אינעם פּאָליצײ־באַריכט פֿון די גװאַלדטאַטן אין די ישׂראלדיקע משפּחות אין יאָר 2014, האָבן זיך מיר די האָר געשטעלט קאַפּױער — עלף דערמאָרדעטע, צענדליקער פֿאַרגװאַלדיקטע און כּמעט צען טױזנט געשלאָגענע פֿרױען. די אידיאָטישע סטאַטיסטיק שטרײַכט אונטער, אַז כּמעט 65 פּראָצענט פֿון די מאָרדן זײַנען פֿאָרגעקומען אין די מוסולמענישע פֿאַמיליעס. גאָט מײַנער, װוּ זײַנען מיר אין דער װעלט? װאָס פֿאַר אַ חילוק קען זײַן צװישן דער מוסולמענישער און ייִדישער פֿרױ? צי איז ניט די זעלבע מלוכה פֿאַראַנטװאָרטלעך פֿאַר אַלע אירע בירגער אָן אַן אױסנעם? שוין זשע איז דאָס לעבן פֿון אַ מוסולמענישער פֿרױ ניט אַזױ הײליק װי דאָס לעבן פֿון אַ קריסטלעכער, בודיסטישער אָדער אַ ייִדישער פֿרױ?
די דאָזיקע דיספּראָפּאָרץ באַװײַזט נאָר אײן זאַך, אַז דער סאָציאַלער אַמט, די פּאָליצײ און די מלוכה האָבן געלאָזט אױף הפֿקר אָט די־אָ שרײַענדיקע פּראָבלעם. און נאָך ערגער מאַכט די סיטואַציע דער פֿאַקט, אַז נאָר צװאַנציק פּראָצענט פֿון די מאָרדן אין די מוסולמענישע משפּחות זײַנען אױפֿגעדעקט געװאָרן. דאָס הײסט, אַז ס’רובֿ מערדער האָבן געפֿונען אַ שטיצע בײַ די קרובֿים און שכנים, און זײַנען געבליבן אױף דער פֿרײַ, לעבן זיך װײַטער, גלײַך װי קײן זאַך איז ניט געשען.
לױט מײַן מײנונג, האָט טאַקע די אומזיטלעכקײט אין באַציִונג צו די בידנע אומגעבראַכטע פֿרױען, װי אויך צו די גרונטלעכע געזעצן פֿון אַ דעמאָקראַטיש לאַנד געדאַרפֿט װערן די הױפּט־סיבה פֿון אַװעקשיקן צו אַל די רוחות די הײַנטיקע ישׂראלדיקע רעגירונג; דווקא די ניט־מענטשלעכע אומזיטלעכקײט, און ניט די שמוציקע מחלוקתן איבער די גאָלדענע פֿאָטעלן… װײַל נאָר די יושרדיקע באַציִונג צו די מינדערהײטן קען דינען װי אַ צײַגער, אַ באַװײַז פֿון דער באמת דעמאָקראַטישער אַנטװיקלונג פֿון דער געזעלשאַפֿט, און נאָר די באַזונדער בכּבֿודיקע באַציִונג צו יעדער פֿרױ איז אַ באַװײַז פֿונעם מאָראַלישן געזונט און קולטורעלן ניװאָ פֿון מדינת־ישׂראל. קײן אַנדער סקאַלע קען פּשוט, און דאַרף פּשוט ניט זײַן.
עס איז שװער צו גלײבן, אָבער אין דער מאָדערנער װעלט זײַנען דאָ אַ סך לענדער, אין װעלכע צו זײַן אַ פֿרױ באַדײַט צו לעבן אין אַ טאָג־טעגלעכן פּחד. אין אינדיע, צום בײַשפּיל, ווערט יעדע צװאַנציק מינוט פֿאַרגװאַלדיקט אַ פֿרױ. אין יאָר 2014, בעת די מאַסן־דעמאָנסטראַציעס אױפֿן באַװוּסטן טאַכריר־פּלאַץ אין קאַיִר זײַנען פֿאַרגװאַלדיקט געװאָרן אַרום דרײַ הונדערט פֿרױען. די מענטשפֿרעסער פֿונעם „איגיל‟ האָבן באַגראָבן לעבעדיקערהײט אַריבער צװײ טױזנט פֿרױען־איזידן, װעלכע האָבן זיך אָפּגעזאָגט אָנצונעמען דאָס מוסולמענישע גלױבן. טױזנטער קריסטלעכע פֿרױען װערן פֿאַרקױפֿט אין אַ סעקסועלער קנעכטשאַפֿט אױפֿן שקלאַפֿן־יריד אין ראַקאַ, דער הױפּטשטאָט פֿונעם אַזױ גערופֿענעם איסלאַמישן קאַליפֿאַט. די מערדער פֿון דער ניגעריער „באָקאָ־כאַראַם‟־אַרמײ האָבן געפֿאַנגען אַריבער דרײַ הונדערט קריסטלעכע שילערינס און ס’רובֿ פֿון זײ געצװוּנגען איבערגײן אין איסלאַם. די מײדלעך, װעלכע האָבן זיך אָפּגעזאָגט צו בײַטן זײער גלױבן, זײַנען אַחזריותדיק פֿאַרגװאַלדיקט און שפּעטער פֿאַרקױפֿט געװאָרן װי סעקס־שקלאַפֿערינס.
עס װײַזט אױס, אַז די שװערע און זײער אָפֿט אױך שרעקלעכע סיטואַציע מיט די רעכט פֿון די פֿרױען אין אַ גרױסער רײ לענדער, האָט באַאומרויִקט די צװישנפֿעלקערלעכע הומאַניסטישע אָרגאַניזאַציעס און קאָמיטעטן, און איך מײן, אַז גאָר ניט צופֿעליק איז דער פּרעסטיזשפֿולער נאָבעל־פּרײַז צוגעטײלט געװאָרן דעם מוטיקן פּאַקיסטאַנער מײדל מאַלאַלאַ יוסופֿזײַ, װעלכע האָט ריזיקירט מיטן לעבן, כּדי אױסקעמפֿן פֿאַר די פּאַקיסטאַנער מײדלעך די רעכט צו לערנען זיך.
דעם אמת געזאָגט, נאָך דעם, װאָס איך האָב זיך איבערצײַגט אין דער פּינקטלעכקײט פֿון די אַלע שרעקלעכע פּרטים אױפֿן געביט פֿון די פֿרױענרעכט האָב איך אױסגעשריִען: צו װאָס פֿאַר אַ קרענק האָט מען געגרינדעט די „יו־ען‟?… שוין זשע קענען ניט די בראַװע אַרמײען פֿון דער גאַנצער ניכטערער װעלט באַזיגן אַ פּאָר טױזנט אַכזריותדיקע מענטשנפֿרעסער? צי אפֿשר, גאָט באַהיט, וויל מען עס ניט טאָן?!
מיר איר זײער געפֿעלן געװאָרן דער ברידערלעכער „נו־נו־נו‟ מצד די גרױסע דעמאָקראַטיעס אין אַדרעס פֿונעם טערקישן פּרעזידענט נאָך דעם, װי ער האָט מיט אַ פּאָר װאָכן צוריק הױך געמאָלדן, אַז אַ פֿרױ קען ניט און טאָר ניט האָבן די גלײַכע רעכט מיט אַ מאַן. דער טערקישער פּרעזידענט האָט זיך אױסגעפֿײַפֿט אױפֿן „שרעקלעכן נו־נו־נו‟ און איז ממשיך געװען מיט זײַן באַליבטן שפּיל, דהײַנו: צו באַשולדיקן מדינת־ישׂראל אין אַלע מעגלעכע און אוממעגלעכע חטאים. בײַ אונדז אין שטעטל פֿלעגט מען זאָגן: „בײַ מיר אין אױג האָסטו דערזען אַ שטײַבל, בײַ זיך אין אױג — אַ קלאָץ װילסטו ניט זען!‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.