װי באַקאַנט, איז ד”ר מאַרטין לוטער קינגס ביאָגראַפֿיע געװען פֿול מיט סתּירות. דער נײַער פֿילם „סעלמאַ“, װאָס איז נאָמינירט געװאָרן פֿאַר אַן אָסקאַר אין דער קאַטעגאָריע „בעסטער פֿילם פֿון יאָר“, באַהאַנדלט עטלעכע פֿון זײ: פֿון אײן זײַט, האָט ד”ר קינג זיך אונטערגענומען צו אָרגאַניזירן די װיכטיקע מאַרשן אין אַלאַבאַמע, װאָס האָבן געװירקט אױפֿן אַמעריקאַנער פּרעזידענט לינדאָן דזשאָנסאָן אײַנצופֿירן דאָס שטימרעכט־געזעץ אין 1965. פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט ער נישט אײן מאָל מחלל־זיווג געווען, וואָס איז געווען אַ שטאַרקער װוּנד פֿאַר זײַן װײַב. ד”ר קינג האָט אָבער באַװיזן אױסצומײַדן נאָך איין סקאַנדאַל, װאָס װערט נישט אָנגערירט אין דעם פֿילם, און װאָס װעגן אים האָט מען זיך דערװוּסט ערשט צװאַנציק יאָר נאָך דעם רעװערענדס טױט.
אין 1988 האָט אַ גראַדויִר־סטודענט און מיטאַרבעטער פֿונעם „קינג־פּאַפּירן־פּראָיעקט“ (סטענפֿאָרד־אוניווערסיטעט) באַמערקט, בײַם איבערלײענען קינגס דיסערטאַציע, אַז אין עטלעכע ערטער האָט דער בעל־מחבר אױסגעניצט יענעמס װערטער און נישט אָנגעוויזן די געהעריקע מקורים. אין משך פֿון צװײ יאָר האָט דער קינג־פּראָיעקט װײַטער געפֿאָרשט צענדליקער שריפֿטלעכע אַרבעטן, װאָס קינג האָט געהאַט אָנגעשריבן נאָך װי אַן אַספּיראַנט אין טעאָלאָגישן סעמינאַר, און שפּעטער — אין באָסטאָנער אוניװערסיטעט. מע האָט אַנטדעקט, אַז קינג האָט סיסטעמאַטיש פּלאַגיִיִרט סײַ פֿון די געדרוקטע מקורים, סײַ בײַ די סטודענטן, װעלכע האָבן זיך פֿריִער געלערנט בײַ די זעלבע פּראָפֿעסאָרן.
אין 1955 האָט קינג בהצלחה פֿאַרטײדיקט זײַן דיסערטאַציע אױף דער טעמע „די פֿאָרשטעלונגען פֿון גאָט אין די װערק פֿון פּאָל טיליך און הענרי נעלסאָן װימאַן: אַ פֿאַרגלײַך“ (בײדע קריסטלעכע טעאָלאָגן). קינגס אַקאַדעמישער בעל־יועץ, האַראָלד דעװאָלף, האָט געשריבן אין זײַן אָפּרוף אױף דער דיסערטאַציע, אַז „דער גרעסטער חסרון פֿונעם איצטיקן נוסח איז, אַז עס פֿעלט אַ קיצור [אַן „אַבסטראַקט“ בײַם אָנהײב פֿונעם טעקסט]. דאָס איז דער װיכטיקסטער טײל פֿון אַ דיסערטאַציע“. די פֿראַזעס, װאָס קינג האָט אומאָרנטלעך געבאָרגט בײַ אַנדערע, אָן ציטאַטן, האָבן זײַנע פּראָפֿעסאָרן אין גאַנצן פֿאַרזען.
די געשיכטע פֿונעם סקאַנדאַל װערט פּרטימדיק איבערגעגעבן אין אַ ספּעציעלן נומער פֿונעם „זשורנאַל פֿון אַמעריקאַנער געשיכטע“, װאָס איז אַרױס אין יוני 1991 אונטער דער רעדאַקציע פֿון דוד טעלען, פּראָפֿעסאָר פֿון געשיכטע אין אינדיאַנער אוניװערסיטעט. באַלד װי דער דירעקטאָר פֿונעם קינג־פּראָיעקט, קלײבאָרן קאַרסאָן, האָט פֿאַרשטאַנען װי ערנסט און פֿאַרשפּרייט זענען קינגס פּלאַגיאַטן געװען, האָט ער גענומען מיטאַרבעטן מיטן זשורנאַל בײַם צוגרײטן אַ פּינקטלעכן באַריכט. אָבער ביז דעמאָלט האָט זיך שױן פֿאַרשפּרײט אַ קלאַנג װעגן ד”ר קינגס דיסערטאַציע.
דעם 9טן נאָװעמבער 1990 האָט דער זשורנאַליסט פּיטער װאַלדמאַן אָפּגעדרוקט אַן אַרטיקל אױף דער טעמע אין „װאַל סטריט־זשורנאַל“; דער סקאַנדאַל איז געװען ריזיק. אין יעדער גרױסער אַמעריקאַנער צײַטשריפֿט האָט מען געשטעלט די פֿראַגע, צי די נײַ־אַנטדעקטע פֿאַקטן װעלן באַפֿלעקן ד”ר קינגס גוטן נאָמען?
אַ קאָמיטעט האָט זיך פֿאַרזאַמלט אין באָסטאָנער אוניװערסיטעט און געפּסקנט, אַז „ס’איז קײן ספֿק נישט, אַז ד”ר קינג האָט פּלאַגיִיִרט אין זײַן דיסערטאַציע“, אָבער „אָפּרופֿן זײַן דאָקטאָראַט“ װאָלט נישט געדינט קײן צװעק. פֿון דעסטוועגן, האָט דער קאָמיטעט רעקאָמענדירט, אַז די אוניװערסיטעטישע ביבליאָטעק זאָל צושטעלן אַ הוספֿה צום אָריגינאַל פֿון קינגס דיסערטאַציע, װאָס זאָל באַשרײַבן זײערע דערגרײכונגען.
פֿאַר װאָס איז מאַרטין לוטער קינג באַגאַנגען אַזאַ גרױסע אַקאַדעמישע עבֿירה? לױט דוד טעלענען איז קײן מאָל נישט געװען קײן פֿראַגע, צי קינג האָט פֿאַרשטאַנען די אַקאַדעמישע סטאַנדאַרטן, װאָס ער האָט געדאַרפֿט פֿאָלגן װי אַ דאָקטאָראַנט. קינג איז געװען „אַזױ נישט־פֿאַראינטערעסירט אין דער אײגענער דיסערטאַציע, אַז ער האָט אַפֿילו נישט געפּרוּװט באַהאַלטן זײַן פּלאַגיאַט. אין אײן פּאַראַגראַף האָט ער געקאָנט שטעלן געװיסע װערטער אין גענדזן־פֿיסלעך און אָנגעגעבן זײַן מקור אין אַ הערה; און אינעם צװײטן פּאַראַגראַף — װײַטער נוצן די װערטער פֿון זעלבן מקור, אָבער דאָס מאָל שױן אָן גענדזן־פֿיסלעך אָדער הערות. הײסט עס, ער האָט בפֿירוש אָפּגעשיקט זײַנע לײענער צו די זעלביקע מקורים, פֿון װאַנען ער האָט אין אַנדערע פּאַראַגראַפֿן סתּם געגנבֿעט“.
קינגס ציל איז געװען איבערצוגעבן אַ גענױען סך־הכּל פֿון דעם, װאָס די פֿריִערדיקע טעאָלאָגן האָבן אױסגעטײַטשט אין טיליכס און װימאַנס װערק. אים איז נישט אָנגעגאַנגען, אַז די דיסערטאַציע זאָל מיט זיך פֿאָרשטעלן אַן אָריגינעלן צושטײַער אין הילכות טעאָלאָגיע. מע זעט אין פּראָפֿ’ האַראָלד דעװאָלפֿס אָפּרוף, אַז קײן סך מער האָט ער נישט דערװאַרט פֿון זײַן סטודענט: ער דערמאָנט, אַז קינג „קען דעם אינהאַלט פֿון די שײַכותדיקע מקורים“, אָבער זאָגט גאָרנישט וועגן קינגס פֿעיִקײטן בײַם אַנאַליזירן זײ אױף אַן אָריגינעלן אופֿן.
ס’איז קלאָר, מיט כּמעט פֿופֿצן יאָר נאָכן אױסבראָך פֿונעם סקאַנדאַל, אַז מאַרטין לוטער קינגס שם איז פֿאַרבליבן דער זעלבער װי פֿריִער. קודם־כּל, באַטראַכט מען אים װי אַן אַקטיװיסט, װאָס האָט פֿאַרקערפּערט װיכטיקע פּאָליטישע צילן און אַ גאַנצע פּאָליטישע באַװעגונג. אין זײַנע באַקאַנטע רעדעס האָט ער מײַסטעריש צונױפֿגעפֿלאָכטן די מעטאַפֿאָרן און בילדער, װאָס ער האָט אײַנגעזאַפּט אין קלױסטער און אין דער אַרומיקער קולטור. אמת, די רײדסטילן פֿון אַ פּאָליטישן אָדער רעליגיעזן אָראַטאָר גילטן נישט אין דער אַקאַדעמישער ספֿערע, װוּ ס’איז אַ מוז זיך צו פֿאַררופֿן בפֿירוש אױף יעדן מקור.
אָבער נישט דערפֿאַר געדענקט מען אים, און נישט דערפֿאַר װעט מען אים געדענקען. נישט צוליב דעם דאָקטאָראַט, נישט צוליב די העכער צװאַנציק ערן־דאָקטאָראַטן, װאָס ער האָט געקראָגן אין משך פֿון זײַן קאַריערע, צװישן זײ פֿון יעל־אוניװערסיטעט און ניוקעסלער אוניװערסיטעט אין ענגלאַנד. כאָטש מע קען בשום־אופֿן נישט באַרעכטיקן דעם פּלאַגיאַט, מוז מען אָפּשאַצן ד”ר קינגן אױפֿן סמך אי פֿון זײַנע אױפֿטוען, אי פֿון זײַנע חסרונות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.