ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

די יונגע מאַנשאַפֿט פֿון קווינסלאַנד קומט אָן אין מעלבורן, כּדי זיך צו באַטייליקן אין די מכּבי־שפּילן
די יונגע מאַנשאַפֿט פֿון קווינסלאַנד קומט אָן אין מעלבורן, כּדי זיך צו באַטייליקן אין די מכּבי־שפּילן

פֿון שרה זילבערמאַן

Published January 19, 2015, issue of February 06, 2015.

אױסטראַלישע ייִדן דריקן אױס מיטלײַד מיטן פֿראַנצױזישן ייִדנטום

אױסטראַלישע ייִדן — יחידים און אָרגאַניזאַציעס — האָבן אױסגעדריקט סאָלידאַריטעט מיטן ייִדישן ייִשובֿ אין פֿראַנקרײַך נאָכן אָנפֿאַלן אױף אַ ייִדישער שפּײַז־קראָם אין פּאַריז, און אױף דער רעדאַקציע פֿון א פּאַריזער סאַטירישן זשורנאַל. דער עקזעקוטיװ־ראַט פֿון אױסטראַלישן ייִדנטום האָט אױך אױסגעדריקט די מײנונג, אַז די צװײ אָנפֿאַלן טאָרן נישט ענדערן דעם צוגאַנג פֿון אױסטראַלישע ייִדן צו דער פֿראַגע פֿון ענדערן דעם אױסטראַלישן ראַסיסטישן דיסקרימינאַציע-אַקט, צו דערלױבן דיסקרימינאַציע, װאָס באַלײדיקט נאַציאָנאַלע און רעליגיעזע מינדערהײטן. ייִדן זײַנען צװישן די הײסטע שטיצער פֿונעם עקזיסטירנדיק געזעץ, װאָס פֿאַרװערט אַזעלכע גערעדטע און געדרוקטע אױסדרוקן.


קאַנבערע: פֿראַנצױזן, ייִדן און אַנדערע גיבן אָפּ כּבֿוד די אומגעקומענע

די פֿראַנצױזישע באַפֿעלקערונג פֿון דער אױסטראַלישער הױפּטשטאָט, קאַנבערע, האָט אָרגאַניזירט אַ טרױער־אַקאַדעמיע אין אָנדענק פֿון אַלע קרבנות פֿֿון די פּאַריזער טעראָר-אָנפֿאַלן. הרבֿ שמואלי פֿעלדמאַן איז געװען צװישן די רעדנער אױף דער אַקאַדעמיע. אַ פֿראַנצױזיש־ייִדישער סטודענט האָט פֿאָרגעלײענט די נעמען פֿון אַלע אומגעקומענע.


רעפֿאָרם־טעמפּל גרײט צו אַ פֿײַערונג לכּבֿוד ייִדישע האָמאָסעקסואַליסטן

מעלבורנער האַמאָסעקסואַליסטן, לעזביאַנקעס, טראַנס־סעקסואַליסטן און אַנדערע שטאָלצירן מיט זײער סבֿיבֿה יעדעס יאָר אין מיטן פֿונעם אױסטראַלישן זומער מיט אַ פֿֿעסטיװאַל, סוף יאַנואַר, אין דער פֿאָרשטאָט סיינט קילדאַ. דאָס איז שױן דאָס צװײטע יאָר װי דאָס לאָקאַלע טעמפּל אין סיינט קילדאַ נעמט אָנטײל אינעם פֿעסטיװאַל מיט אַן עונג־שבת, װאָס איז געװידמעט די ייִדן, װעלכע לעבן זיך אױס אין אָט דער סבֿיבֿה.


„מכּבי‟ אױסטראַליעס 33סטער ספּאָרט-קאַרנאַװאַל פֿאַר יוגנטלעכע

העכער 440 ייִדן פֿון אױסטראַליע און נײַ־זילאַנד זײַנען זיך צונױפֿגעקומען אין מעלבורן אױף דער דערעפֿענונג פֿון „מכּבי‟ אױסטראַליעס 33סטן ספּאָרט־קאַרנאַװאַל פֿאַר יוגנטלעכע ספּאָרטלער. דער ספּאָרט־קאַרנאַװאַל װעט דױערן אַ װאָך.


תּנ”כישע עסנס

די ראש־חודש פֿרױען־גרופּע בײַ דער שיל בית־אַהרון װעט הערן אַ רעפֿעראַט װעגן עסנװאַרג אינעם תּנ”ך, געלײענט פֿון שעלי כּהני.


דאָקומענטאַר־פֿילם װעגן דעם דריטן חורבן, געװיזן אין אַ מעלבורנער קינאָ־טעאַטער

דער דאָקומענטאַר־פֿילם „עס װעט צופֿאַלן די נאַכט‟ (Night Will Fall) אויף וועלכן ס‘האָט געאַרבעט אויך דער באַװוּסטער פֿילם־רעזשיסאָר אַלפֿרעד היטשקאָק, װעט געװיזן װערן אין אַ לאָקאַלן קינאָ-טעאַטער אין דער מעלבורנער פֿאָרשטאָט עלסטערנװיק; פֿאַראַיאָרן איז ער געװיזן געװאָרן װי אַ טײל פֿונעם ייִדישן פֿילם־פֿעסטיװאַל. דער פֿילם פֿאַרנעמט זיך מיט דער לאַגע פֿון די געפֿאַנגענע אין די נאַצישע קאָנצענטראַציע־ און טױט־לאַגערן, און איז יאָרן לאַנג געלעגן אין אַ בריטישן מוזעום. ער איז פֿילמירט געװאָרן פֿון בריטישע סאָלדאַטן אין די נאָר װאָס באַפֿרײַטע לאַגערן בײַם סוף פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה. דער פֿילם איז נישט געװיזן געװאָרן צוליב דעם גראַפֿישן אינהאַלט זײַנעם.


אַנטיסעמיטישער גראַפֿיטי אין קאָלפֿילד

אַ פֿרױ איז אַרײַן אין אַן אינסטיטוציע פֿאַר גײַסטיק קראַנקע נאָך דעם װי מען האָט זי געכאַפּט בעת זי האָט געשריבן אַנטיסעמיטישע לאָזונגען אױף דער װאַנט פֿונעם ציוניסטישן לאָקאַל אין מיטן דער גרעסטער ייִדישער פֿאָרשטאָט, קאָלפֿילד, מעלבורן. מע מײנט נישט, אַז דער ענין איז פֿאַרבונדן מיט די טעראָריסטישע אָנפֿאַלן, װעלכע זײַנען לעצטנס פֿאָרגעקומען אין פּאַריז.


סידנעיער באַנײַען רוף צו בויקאָטירן ישׂראלדיקע אַקאַדעמיקער

אַ גרופּע סידנעיער אַקאַדעמיקער האָט באַנײַט איר רוף צו בויקאָטירן די ישׂראלדיקע אַקאַדעמיקער און אוניװערסיטעטן, זאָגנדיק, אַז דאָס איז אַ מין אופֿן װי אַזױ צו באַקעמפֿן די פּאָליטיק פֿון מדינת־ישׂראל. פֿאָרשטײער פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, ייִדישע יחידים און אַנדערע האָבן שױן אױסגעדריקט זײער קעגנערשאַפֿט צום באַנײַטן רוף און צום אַנטי־ישׂראלדיקן בויקאָט בכלל.

די ידיעות פֿון מעלבורן, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.