מיט 30 יאָר צוריק, איז קענעט וועלטש, אַן אַמעריקאַנער מיליטער־מאַן, אומגעקומען בעת אַ זעלבסטמערדערישן טעראָריסטישן אויפֿרײַס אין ביירוט. מע האָט זיך משער געווען, אַז די טעראָריסטישע גרופּע, וועלכע האָט אָרגאַניזירט דעם אַטאַק אויף דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע, איז געווען פֿאַרבונדן מיט איראַן. מע האָט געמיינט, אַז די משפּחה פֿונעם אומגעקומעם וועט אין גיכן באַקומען אַ פֿיל־מיליאָניקע קאָמפּענסאַציע נאָך אַ געריכט־פּראָצעס פֿון די פֿאַרפֿרוירענע איראַנישע קאָנטעס. מײַקל וועלטש, אַ ברודער פֿונעם טעראָר־קרבן, האָט באַדאַנקט פֿאַרן דאָזיקן מישפּט־נצחון אַ געוויסן מענטש מיטן נאָמען מיכאל ענגערבערג.
ענגערבערג איז דער מיטגרינדער פֿונעם „אַמעריקאַנער צענטער פֿאַרן בירגערלעכן יושר‟. די דאָזיקע אָרגאַניזאַציע האָט געהאָלפֿן מער ווי 100 אָנקלאָגער, אַרײַנגערעכנט די פֿאַרוווּנדעטע און קרובֿות פֿון די אומגעקומענע, צו קריגן גרויסע קאָמפּענסאַציעס פֿון איראַן און ליביע, די אַזוי־גערופֿענע „מלוכישע שטיצער פֿון טעראָריזם‟.
יעדעס מאָל, ווען וועלטש האָט געפּרוּווט צו פֿאַרבינדן זיך מיט דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע, האָפֿנדיק צו באַקומען די קאָמפּענסאַציע, האָט אַ באַאַמטער אים געענטפֿערט, אַז ענגעלבערג איז צו פֿאַרנומען אָדער פֿילט זיך נישט גוט; אינעם יאָר 2011, האָט ער טאַקע געליטן פֿון ראַק. סוף־כּל־סוף, ווען וועלטש האָט אָנגעקלונגען ענגעלבערגן אַהיים, מיט אַ האַלב יאָר צוריק, האָט ער דערהערט זײַן ענערגיש קול.
עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, ווי ענגעלבערג האָט דערקלערט, אַז ווען ידידיה פּער, אַ פֿאָרשטייער פֿון דער אָרגאַניזאַציע, האָט באַטאָנט, אַז דער בעל־הבית איז צו קראַנק, האָט ער פֿאָרגעלייגט וועלטשן אונטערצושרײַבן אַ נײַעם אָפּמאַך, לויט וועלכן ענגעלבערג האָט מער נישט געהאַט קיין שײַכות צום קאָמפּענסאַציע־פּראָצעס, און וועלטש האָט געמוזט באַצאָלן מער געלט פֿאַר די באַדינסטן.
אַ סך אַנדערע קרובֿים פֿון די טעראָר־קרבנות טענהן, אַז די אָרגאַניזאַציע האָט זיי אָפּגענאַרט אויף אַן ענלעכן אופֿן. דעם 29סטן דעצעמבער, האָט ענגעלבערג אָנגעקלאָגט אין געריכט קעגן אליעזר פּער און זײַן זון, ידידיה, באַשולדיקנדיק זיי אין אַ „חוצפּהדיקער‟ אָפּנאַרערײַ. דער באַשולדיקטער טאַטע איז אַן אָרטאָדאָקסישער רבֿ פֿון לייקוווּד, ניו־דזשערזי.
בסך־הכּל, ווערט די משפּחה פּער באַשולדיקט אינעם איבערשיקן בערך 20 מיליאָן דאָלאַר צו אַנדערע געשעפֿטן, מיט וועלכע פּער פֿירט אָן, ווי אויך אינעם באַשווינדלען די שטײַער־אַגענטור, און אינעם איבערגעגעבן מער ווי 800,000 דאָלאַר, אַנשטאָט די קרבנות פֿון טעראָריזם, צו די אָרטאָדאָקסישע ישיבֿות. פּערס אַדוואָקאַט האָט זיך אָפּגעזאָגט צו רעדן מיטן Forward.
מיכאל ענגעלבערג האָט זיך באַקענט מיט זײַן רבֿ, אליעזר פּער, אינעם יאָר 1971, ווען ער האָט זיך געלערנט אין דער באַקאַנטער ישיבֿה „נר־ישׂראל‟ אין באַלטימאָר. דערנאָך איז פּער געוואָרן ענגעלבערגס וועגווײַזער און שטיף־פֿאָטער. צוערשט, האָט ענגעלבערג געאַרבעט מיט גרויס הצלחה ווי אַ קינדער־דאָקטער. אין די 1990ער יאָרן, האָט אָבער פּער דערציילט זײַן תּלמיד, אַז לויט די אַמעריקאַנער געזעצן קאָן מען אָנהייבן אַ מישפּט־פּראָצעס פֿון טעראָר־קרבנות קעגן געוויסע אויסלענדישע לענדער.
בײַם אָנהייב, האָט די אָרגאַניזאַציע, וואָס האָט אַ נישט־קאָמערציעלן סטאַטוס, געהייסן „דער צענטער פֿאַרן בירגערלעכן יושר אויפֿן נאָמען פֿון ראַול וואַלענבערג‟. במשך פֿון די יאָרן, האָט די אָרגאַניזאַציע געוווּנען אַ סך פּראָצעסן — בסך־הכּל, כּמעט 600 מיליאָן דאָלאַר פֿאַר 67 אָנקלאָגער, וועלכע האָבן זיך געוואָנדן צום צענטער אין 2006 און 2009.
עס באַקומט זיך, אַז צווישן די צוגעגנבֿעטע געלטער האָט פּער איבערגעגעבן 200,000 צו דער לייקוווּדער ישיבֿה „בית מדרש הגבֿוה‟, 250,000 צו דער „נאַציאָנאַלער געזעלשאַפֿט פֿון העברעיִשע טאָגשולן‟, וואָס שטיצט אַ ריי אָרטאָדאָקסישע ישיבֿות, און 50,000 צו דער ישיבֿה אין פֿאַר־ראָקעוויי, אָנגעפֿירט דורך אליעזר פּערס ברודער, יחיאל פּער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.