דער גרויסער מענטשן־עקספּערימענט, וואָס ווערט דורכגעפֿירט אין מערבֿ־אייראָפּע די לעצטע פּאָר צענדליקער יאָר, האָט געכאַפּט אַ מיתה-משונה. ער האָט ענדגילטיק אויסגעהויכט די נשמה נאָכן לעצטן שאָס אין דעם פּאַריזער כּשרן סופּערמאַרק…
דער דאָזיקער עקספּערימענט איז געבוירן געוואָרן אין איינעם מיט דער עקאָנאָמישער בליִונג אין מערבֿ-אייראָפּע — די ברכה, וואָס איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ קללה.
דער פּלאַן איז געווען אַ פּשוטער. ער האָט אויסגעזען גאוניש, אָן אַ פּגימהלע: לאָמיר נאָכמאַכן די פֿאַראייניקטע שטאַטן. דאָרטן נעמט מען אַרײַן אימיגראַנטן אַ כוואַליע נאָך אַ כוואַליע, און ווי דורך אַ כּישוף מאַכט מען פֿון זיי אַמעריקאַנער. אַזוי אַרום, זענען זיי שטענדיק באַזאָרגט מיט מאַסן אַרבעטער, וואָס קענען אונטערהאַלטן, דורך זייער מי און שווייס, די הויכע לעבנס־סטאַנדאַרטן, צו וועלכע די בירגער, אָדער כאָטש אַ טייל פֿון זיי, זענען צוגעוווינט.
מע דאַרף זיך נישט דאַרן דעם קאָפּ צוליב דער נידעריקער געבורט־ראַטע, פֿאַרעלטערטער באַפֿעלקערונג, הויכע געהאַלטן און שאר-ירקות. דער עסק אַרבעט אַזוי: מיר באַזאָרגן די אימיגראַנטן מיט אַ בעסערן לעבן, און זיי, פֿון זייער זײַט, באַזאָרגן אונדז מיט הויכע לעבנס־סטאַנדאַרטן. אין צווישן, בלײַבט טאַקע נישט קלאָר, ווי אַזוי וועלן זיי ווערן פֿראַנצויזן, דײַטשן, האָלענדער אָדער ענגלענדער?
געזאָגט און געטאָן: מאַסן מוסולמענער זענען אַנטלאָפֿן פֿון די באַרבאַרישע דיקטאַטורן, אומענדלעכע מחלמות, קראַכנדיקע עקאָנאָמיעס פֿון דער אַראַבישער וועלט, און געפֿונען אַ מקום-מיקלט און אַ האָפֿענונג פֿאַר אַ בעסערן לעבן אין אייראָפּע.
מערבֿ-אייראָפּע האָט באַקומען איר הויכן לעבנס-סטאַנדאַרט, דאָס וואָס מע רופֿט „די ערשטע וועלט‟, „די מערבֿדיקע עקאָנאָמיע‟. דער עקספּערימענט האָט אויסגעזען אײַזן-שטאַרק, נישט צו באַזיגן!
ווען זשע האָבן די זאַכן גענומען גיין קרום?
לאָזט זיך אויס, אַז די פּראָבלעמען פֿון אינטעגראַציע האָבן זיך נישט אָנגעהויבן נעכטן-אייערנעכטן: די מוסולמענער זענען נישט געוואָרן קיין אייראָפּעער; זיי האָבן נישט אָנגענומען דעם נײַעם לעבנס-שטייגער מיטן געהעריקן התלהבֿות; און די אײַנגעזעסענע אייראָפּעער האָבן אַרויסגעוויזן ווייניק חשק אַרײַנצונעמען די צוגעקומענע אימיגראַנטן אין זייער געזעלשאַפֿט. דער עסק האָט געסקריפּעט, נאָר געווען מער-ווייניקער דערטרעגלעך. כּל-זמן עס איז געווען שטיל אין מיטל-מיזרח, איז דאָס אַרײַנוואַנדערן געווען גרויס, אָבער נישט כאַאָטיש. די דיקטאַטאָרן האָבן אונטערגעדריקט כּסדר דעם עקסטרעמען איסלאַם; זיי האָבן גוט געוווּסט די אַלע קונצן פֿון די איסלאַמיסטן, וואָס די פֿירער פֿון אייראָפּעיִשע לענדער הייבן ערשט איצט אָן צו פֿאַרשטיין — דהײַנו, אַז דער עקסטרעמער איסלאַם שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ דירעקטע דראָונג צו דער סטאַביליטעט פֿון יעדער מדינה.
דער „אַראַבישער פֿרילינג‟ האָט גורם געווען אַ ריזיקע כוואַליע פֿון אַרויסוואַנדערונג, וואָס וועט נאָך בײַטן אייראָפּע אין די קומענדיקע דורות, און אַרויסרופֿן אַ שרעקלעכן עקסטרעמיזם — סײַ פֿון די אָרטיקע נאַציאָנאַליסטן, פֿון איין זײַט, און סײַ פֿון די צוגעקומענע איסלאַמיסטישע טעראָריסטן, פֿון דער אַנדערער זײַט.
דער סאַודישער קעניג האָט דאָך, נישט לאַנג צוריק, געוואָרנט די אייראָפּעער, אַז דער טעראָר איז אויפֿן וועג צו זיי. ווי ווײַט האָבן זיך גערעכט מיט זײַן מיינונג די אייראָפּעער איז נישט קלאָר, נאָר עס איז זיכער, אַז דער טעראָר האָט געפּאַקט אייראָפּע שלאָפֿנדיק.
די פֿראַנצויזישע פּאָליציי האָט טיילצײַט אויסגעזען ווי אין די פֿילמען מיטן קאָמיקער לויִ דע פֿינע — אַ כאָפּטע דעליטאַנטן; נישט נאָר די טעראָריסטן האָבן אויסגעפֿירט זייער שוידערלעכן פּלאַן, זיי האָבן אויכעט דערשאָסן אַ פּאָליציאַנט און אַרומגעפֿאָרן פֿראַנק־און־פֿרײַ איבער פֿראַנקרײַך צוויי מעת-לעתן.
די מעדיאַ און די מערבֿדיקע פּאָליטיקער האָבן רעאַגירט אויפֿן טויט פֿון זייער „עקספּערימענט‟, פּונקט ווי זיי טוען עס כּסדר: געזוכט אַ שולדיקן אין זיך אַליין — מ׳האָט זיי געזאָלט בעסער אינטעגרירן!
אין דער אמתן, וועקט דאָס זוכן שולדיקע נאָך מער אויף דאָס רחמנות־געפֿיל. ס’איז הײַנט אַ רחמנות צו קוקן אויף מערבֿ-אייראָפּע; די אַמאָליקע אָנשטענדיקע דאַמע האַלט איצט בײַם גטן זיך פֿון איר מוסולמענישן מאַן, און זיי זענען ביידע פֿאַרטאָן, ווי עס פֿירט זיך, אין באַשולדיקן איינער דעם אַנדערן: זי באַשולדיקט אים און זיך אויך, און ער, ווי אַ מוסולמענער וואָס מע האָט אים אָנגעפּאָמפּעט מיט דער מחשבֿה, אַז ער איז אַן אייביקער קרבן — באַשולדיקט זי.
און ווי מע זאָגט אין אַזוינע פֿאַלן: אפֿשר איז קיינער נישט שולדיק, זיי קאָנען פּשוט נישט לעבן בשלום. זיי ביידע געפֿינען זיך אין אַ קלעם: צי וועט מערבֿ-אייראָפּע אויפֿגעבן אָדער איגנאָרירן אייניקע פֿון אירע ליבעראַלע ווערטן און שטרעבונגען אָפּצוהיטן מענטשן-רעכט, כּדי צו באַקעמפֿן דעם אויפֿקומענדיקן טעראָר אויף אַ מער עפֿעקטיוון אופֿן? דאָס הייסט, פֿאַראייגענען די „שיטות‟ פֿון דעם מיטל-מיזרחדיקן „מוכאַבאַראַט‟. אָדער וועט זי זיך „שלאָגן מיטן קאָפּ אין דער וואַנט‟, אָנגיין ווײַטער מיט אירע ווערטן און ווערן אַ לײַכטער קרבן פֿאַרן בלוט-גיריקן טעראָר?
וואָס שייך די מוסולמענער, וויל זיך טאַקע וויסן: ווי ווײַט זענען זיי גרייט זיך אײַנצוגלידערן אין דער מערבֿדיקער וועלט? זיך בײַטן? ווי לאַנג וועלן זיי לאָזן די עקסטרעמיסטן פֿירן זיי אַלעמען אין דער ריכטונג פֿון צוזאַמענשטויס? און וואָס האָפֿן זיי צו קריגן דורך די שטענדיקע רײַבונגען?
עס שײַנט, אַז דער צוזאַמענשטויס איז אומפֿאַרמײַדלעך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.