אַלבערטאָ ניסמאַן, דער אַרגענטינער פּראָקוראָר, וועלכער האָט באַשולדיקט די פּרעזידענטין, קריסטינאַ פֿערדאַנדעז דע קירשנער, אינעם שטערן די אויספֿאָרשונג פֿונעם טעראָר־אויפֿרײַס אינעם בוענאָס־אײַרעסער ייִדישן קהילה־צענטער, איז געפֿונען געוואָרן טויט אין זײַן דירה.
ניסמאַן האָט אויסגעפֿאָרשט דעם אַטאַק אויפֿן קהילה־צענטער AMIA, וועלכער איז אויסגעבראָכן אינעם יאָר 1994. 85 מענטשן זענען אומגעקומען אינעם טעראָר־אויפֿרײַס. מיטוואָך, דעם 14טן יאַנואַר, האָט דער פּראָקוראָר געזאָגט, אַז די אַרגענטינער פּרעזידענטין האָט אָנגעהויבן געהיימע פֿאַרהאַנדלונגען מיט איראַן און האָט אָפּגעשמועסט, לכל־הפּחות, מיט איינעם פֿון די פֿאַרדעכטיקטע אינעם אַטאַק. ניסמאַן האָט באַשולדיקט פֿערנאַנדעז אינעם ריינוואַשן די איראַנישע רעגירונג, וועלכע לייקנט אָפּ וועלכע־ניט־איז פֿאַרבינדונגען מיטן אַטאַק. אַרגענטינע נייטיקט זיך אינעם איראַנישן נאַפֿט און איז דערפֿאַר פֿאַראינטערעסירט אינעם אָנצוהאַלטן גוטע באַציִונגען צווישן ביידע לענדער.
דער אַרגענטינער זיכערהייט־מיניסטעריום האָט איבערגעגעבן, אַז לעבן דעם אומגעקומענעם פּראָקוראָר האָט די פּאָליציי געפֿונען אַ פּיסטויל פֿונעם 22סטן קאַליבער. לויט אַלע סימנים, האָט ער זיך גענומען דאָס לעבן. סערכיאָ בערני, דער סעקרעטאַר פֿון נאַציאָנאַלער זיכערהייט, האָט איבערגעגעבן אויף דער טעלעוויזיע, אַז אויף די הענט פֿונעם פּראָקוראָר האָט מען געפֿונען די שפּורן פֿון פּולווער. זונטיק אויפֿדערנאַכט, האָבן די וואַך־לײַט איבערגעגעבן ניסמאַנס מאַמע, אַז דער פּראָקוראָר עפֿנט נישט די טיר. זי האָט באַמערקט, אַז די דירה איז פֿאַרשלאָסן פֿון אינעווייניק און האָט אַרויסגערופֿן אַ שלאָסער זי צו עפֿענען. דער טויטער גוף פֿון איר זון איז געלעגן אינעם וואַשצימער.
די פּראָקוראָרין וויוויאַנאַ פֿײַן האָט דערקלערט די זשורנאַליסטן, אַז אינעם מאָמענט פֿון זײַן טויט איז ניסמאַן געווען אין זײַן דירה אַליין; קיין עדות זענען נישטאָ. מיט עטלעכע טעג פֿריִער האָט די צײַטונג „קלאַרין‟ דערציילט, אַז ניסמאַן האָט מורא געהאַט, אַז זײַן אַרײַנמישן זיך אין די געהיימע פֿאַרהאַנדלונגען צווישן דער אַרגענטינער רעגירונג און איראַן קאָן אים „באַגראָבן‟. אין אַ טעלעוויזיע־אינטערוויו, האָט ער אויך געזאָגט, אַז צוליב דער מעגלעכער סכּנה קלײַבט ער זיך צו פֿאַרשטאַרקן זײַן פּערזענלעכע זיכערהייט.
דער ריכטער, וועלכער באַהאַנדלט דעם ענין פֿונעם אויפֿרײַס אינעם ייִדישן צענטער, האָט דערקלערט, אַז דער אומגעקומענער פּראָקוראָר האָט נישט געהאַט קיין ממשותדיקע ראַיות וועגן דער צווייפֿלהאַפֿטיקער טעטיקייט, אין וועלכער ער האָט באַשולדיקט די פּרעזידענטין. די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט אויסגעדריקט איר מיטלייד אויף ניסמאַנס טויט, און געבעטן די אַרגענטינער פּאָליציי־אינסטאַנצן ממשיך צו זײַן די אויספֿאָרשונג. אין די קומענדיקע טעג וועט מען מפֿרסם זײַן די רעזולטאַטן פֿון דער מעדיצינישער עקספּערטיז; דערווײַל האָט די פּאָליציי נישט געפֿונען קיין סימנים פֿון אַ מאָרד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.