צי דאַרף וואַרשע אַ ייִדישן טעאַטער?

Does Warsaw Need a Yiddish Theater?

פֿון רעכטס: סעווערין בלומשטײן; אַ סצענע פֿון אַ פֿאָרשטעלונג אינעם וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער
פֿון רעכטס: סעווערין בלומשטײן; אַ סצענע פֿון אַ פֿאָרשטעלונג אינעם וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published January 20, 2015, issue of February 06, 2015.

וואַרשע גייט כאָדאָראָם. סעווערין בלומשטײן, אַ באַקאַנטער פּאָליטישער אַקטיוויסט און זשורנאַליסט, האָט אָנגעשריבן דעם 15טן יאַנואַר אין דער גרויסער פּוילישער צײַטונג „גאַעזטאַ וויבאָרטשאַ‟ אַן אַרטיקל אונטערן טיטל: „די ייִדישע פּראָבלעם פֿונעם וואַרשעווער בירגערמײַסטער — וואָס טוט מען מיטן ייִדישן טעאַטער?‟

ראשית, דאַרפֿן אונדזערע צוהערער וויסן, אַז דער ייִדישער טעאַטער אין וואַרשע איז שוין נישט קיין מלוכישער, נאָר טאַקע אַ שטאָטישער. במילא איז די שטיצע פֿון דער שטאָט ממש לעבנסנייטיק פֿאַר דער טרופּע.

ווי מיר אַלע ווייסן, איז דער לאַנג־יאָריקער דירעקטאָר פֿונעם טעאַטער, שמעון שורמיעי, לעצטנס אַוועק אין דער אייביקײט, און דערווײַל איז די וויצע-דירעקטאָרין פֿונעם טעאַטער, גאָלדע טענצער, געבליבן „דע-פֿאַקטאָ‟ די דירעקטאָרין.

בלומשטײן שטעלט די פֿראַגע, צי גאָלדע טענצער וועט ווערן די דירעקטאָרין אויך „דע-יוראָ‟, צי די שטאָט וועט באַשליסן, ווער עס וועט זײַן דער נײַער דירעקטאָר אויפֿן סמך פֿון אַן אָפֿיציעלן קאָנקורס? דער כּלומרשט נייטראַלער טאָן פֿונעם אַרטיקל גייט גיך אַריבער אין אַ זייער שאַרפֿער פֿראַגע.

בלומשטײן גיט אונדז צו פֿאַרשטיין, אַז ער איז אין גאַנצן נישט זיכער, צי פּוילן דאַרף בכלל האָבן אַ ייִדישן טעאַטער. ער ברענגט צוויי היפּוכדיקע אַרגומענטן. ראשית, שרײַבט ער, האָט דער טעאַטער אויפֿגעפֿירט נאָר צוויי פּיעסן אין דער ייִדישער שפּראַך (דאָס רעשט אויף פּויליש). איז אפֿשר דאַרף מען שטעלן מער פּיעסן אין ייִדיש? לאוו דווקא. זייער ווייניק מענטשן רעדן הײַנט ייִדיש אין פּוילן, שרײַבט ער. אויב אַזוי, דאַרפֿן מיר דעם ייִדישן טעאַטער אויף נײַן און נײַנציק כּפּרות.

בלומשטײן שרײַבט, אַז די מאַכט באַגייט אַ טעות, ווען זי האַלט, אַז דער דירעקטאָר פֿון אַ ייִדישן טעאַטער מוז זײַן אַ ייִד. ער גיט עטלעכע בײַשפּילן פֿון אינסטיטוציעס, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדישע ענינים, און וווּ דווקא די גויים באַלעבאַטעווען דאָרט. „וויכטיק איז, וואָס אַ מענטש קען, נישט זײַן אָפּשטאַם‟ — שרײַבט בלומשטיין. דער אַרגומענט איז על־פּי־פּנים אַ לאָגישער. די צרה איז אָבער, אַז אין די עטלעכע אינסטיטוציעס, וווּ נישט קיין ייִדן זענען געוואָרן די דעה־זאָגער, איז דער רעזולטאַט נישט געווען תּמיד אַ פֿויגלדיקער. ווען מען האָט פֿאַרבעטן אַ נישט־ייִד אָנצופֿירן מיט דער העברעיִשער סעקציע בײַ דעם פּוילישן ראַדיאָ, האָט ער כּמעט אין גאַנצן אויסגערייניקט די פּראָגראַם פֿון ייִדישקייט. ער האָט, למשל, אַנולירט די ייִדישע שעה אָדער די פּרשה פֿון דער וואָך. אַזוי ווי ער האָט זייער באַגרענעצטע קענטענישן אין עבֿרית, איז דער ניוואָ פֿון דער פּראָגראַם געגאַנגען זייער שנעל באַרג־אַראָפּ, ביז מען האָט זי אין גאַנצן פֿאַרמאַכט; וועגן דעם שאַרפֿן אַנטי-ישׂראלדיקן, ויש אומרים, אַנטיסעמיטישן אינהאַלט, איז שוין אָפּגערעדט.