שטיל, אָן אַ גרויסן טאַראַראַם, זײַנען פֿון וולאַדימיר פּוטינס אַדמיניסטראַציע אַוועק עטלעכע לײַט, וואָס זײַנען ביז לעצטנס געווען פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דער פּאָליטיק אין די רעשטלעך פֿון דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד — די רעשטלעך, וועלכע די רוסישע מלוכה האַלט אונטער איר קאָנטראָל. צווישן די וואָס זײַנען אַוועק — אָדער מע האָט זיי אַוועקגעשיקט — איז געווען אויך באָריס ראַפּאָפּאָרט; און ער האָט געגעבן אַן אינטערוויו, טענהנדיק, אַז רוסלאַנד קלײַבט זיך ניט לאָזן אויף הפֿקר די סעפּאַראַטיסטישע טעריטאָריעס אין אוקראַיִנע.
דאָך, בלײַבט עס ניט קלאָר, וואָס דער „הפֿקר‟ אָדער „ניט הפֿקר‟, מיינט. ס’איז ניט קלאָר אויך דער באַטײַט פֿון באַזײַטיקן אַזעלכע פֿונקציאָנערן ווי באָריס ראַפּאָפּאָרט. זײַן פֿאַמיליע־נאָמען שפּילט קיין שום ראָליע ניט, ווײַל ניט אין רוסלאַנד, ניט אין אוקראַיִנע איז קיין סימן פֿון מלוכישן אַנטיסעמיטיזם ניטאָ. אַ סבֿרא, אַז די רייד גייט וועגן דעם אָדער יענעם צוגאַנג צו דעם קאָנפֿליקט, וועלכער האָט ממש איבערגעקערט דאָס לעבן אין רוסלאַנד, אוקראַיִנע, און ניט נאָר אין די צוויי „ברידערלעכע‟ מדינות.
די זאַך איז, אַז די דאָנעצקער און לוגאַנסקער „פֿאָלקס־רעפּובליקן‟, וווּ עס בלײַבט נאָך אַ באַפֿעלקערונג פֿון אַרום פֿינף מיליאָן נפֿשות, שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ שווערע עקאָנאָמישע פּראָבלעם. אוקראַיִנע האָט זיך פֿאַקטיש אָפּגעטרייסלט פֿון זיי: ווילט איר זײַן אומאָפּהענגיק, ווײַזט, ווי איר קענט עס טאָן. און צו טאָן עס איז כּמעט אוממעגלעך. די אינדוסטריע איז רויִנירט געוואָרן; קיין ממשותדיקע לאַנדווירטשאַפֿט איז דאָרטן פֿריִער אויך ניט געווען. ווייניק איז פֿאַרבליבן פֿון דער פֿינאַנציעלער און אַנדערער אינפֿראַסטרוקטור.
אויסצוהאַלטן אַזאַ געגנט איז זייער שווער, בפֿרט נאָך, אַז קרים קאָסט דער רוסישער מלוכה זייער אַ סך געלט. דערצו האָט רוסלאַנד גענומען אויף קעסט די צוויי געגנטן, וועלכע האָבן זיך אָפּגעשפּאָלטן פֿון גרוזיע — דרום־אָסעטיע און אַבכאַזיע, און אַ טייל פֿון מאָלדאָווע אויך. דער דאָזיקער טייל, „בײַניסטריע‟, געפֿינט זיך הײַנט אין זייער אַ שווערער עקאָנאָמישער און פּאָליטישער לאַגע. אין משך פֿון די 24 יאָר פֿון „אומאָפּהענגיקייט‟ איז די באַפֿעלקערונג, אַ מאָל 750 טויזנט נפֿשות, קלענער געוואָרן ביז (אָפֿיציעל) 500 טויזנט צי אַפֿילו 300 טויזנט. רוסלאַנד איז הײַנט אַליין אויף צרות, און מע פֿילט עס אויך אין די סעפּאַראַטיסטישע כּמו־מדינהלעך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.