ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published January 21, 2015, issue of February 06, 2015.

פּוטין פֿאָרט נישט צו דער אוישוויץ־צערעמאָניע

דאָס רובֿ נײַעס זענען פֿאַרבונדן מיט דער דאַטע, וואָס וועט אָפּגעמערקט ווערן אין אַ וואָך אַרום — 70 יאָר זינט ס׳איז באַפֿרײַט געוואָרן אוישוויץ.

צום באַדויערן, האָט די וויכטיקסטע ידיעה אַרויסגערופֿן אַ סקאַנדאַל. דער פּרעסע־סעקרעטאַר פֿונעם רוסישן פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין האָט דערקלערט, אַז פּוטין וועט ניט פֿאָרן אויף דער אָנדענק־צערעמאָניע אין אוישוויץ. ער טענהט, אַז פּוטין האָט ניט באַקומען קיין אָפֿיציעלע פֿאַרבעטונג און באַשלאָסן אין דער צערעמאָניע זיך נישט באַטייליקן. אין אוישוויץ האָט מען דערקלערט, אַז דאָס יאָר האָט די פֿאַרוואַלטונג פֿון דעם מעמאָריאַל ניט צוגעשיקט קיין פּערזענלעכע אָפֿיציעלע פֿאַרבעטונגען קיינעם פֿון די פּרעזידענטן און פּרעמיער־מיניסטאָרן, נאָר האָט זיך געוואָנדן צו די אַמבאַסאַדעס פֿון אַלע אייראָפּעיִשע לענדער און פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. פֿון רוסלאַנד איז קיין ענטפֿער נישט געקומען.

דער פּרעסע־סעקרעטאַר פּעסקאָוו האָט דערקלערט, אַז אַנשטאָט צו באַזוכן אוישוויץ, וועט פּוטין אָפּשטאַטן אַ וויזיט קיין פּראָג צו אַ אַן אַנדער אָנדענק־צערעמאָניע. ווי נאָר אָבער עס איז פּראָקלאַמירט געוואָרן די ידיעה, האָט די ייִדישע קהילה פֿון טשעכיע פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פּראָטעסט קעגן פּוטינס וויזיט אין פּראָג און טערעזין.

אַן אויסשטעלונג אין די ראַמען פֿון „אָנדענק־וואָך‟

עקספּאָנאַטן, געבראַכט פֿון אוישוויץ
עקספּאָנאַטן, געבראַכט פֿון אוישוויץ

אין איינער פֿון די מאָסקווער שילן, אויף פּאָקלאָן־באַרג, האָט זיך געעפֿנט אַן אויסשטעלונג, געווידמעט דעם קאָנצענטראַציע־לאַגער אין אוישוויץ. אַ טייל עקספּאָנאַטן האָט מען געבראַכט ספּעציעל פֿאַר דער אויסשטעלונג פֿון אוישוויץ און פֿון אַנדערע מוזייען. אויסגעשטעלט ווערט אויך אַ פֿאַקסימילע פֿון דער באַרימטער שינדלערס רשימה. די אויסשטעלונג איז אָרגאַניזירט אין ראַמען פֿון דער אַזוי גערופֿענער „אָנדענק־וואָך‟, דורכגעפֿירט פֿון דער רעגירונג פֿון מאָסקווע בשותּפֿות מיטן רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס. זי וועט זײַן אָפֿן ביזן 15טן מערץ.

אינעם צענטראַלן הויז פֿאַר קינאָ וועט דעמאָנסטרירט ווערן אַ פֿילם, וואָס ס׳האָט געמאַכט סידני בערנסטײַן אויפֿן סמך פֿון די ווידעאָ־אַרכיוון פֿון סאָוועטישער, בריטישער און אַמעריקאַנישער אַרמיי. דער פֿילם ווײַזט נאַציסטישע לאַגערן, ווען זיי זענען ערשט באַפֿרײַט געוואָרן. אין דער רעדאַגירונג פֿונעם פֿילם האָט אויך אָנטייל גענומען אַלפֿרעד היטשקאָק. דער פֿילם איז רעסטאַוורירט און ווידער מאָנטירט געוואָרן.

דער פֿאַרלאַג „קניזשניקי‟ האָט אַרויסגעגעבן אַ נײַ בוך — „יאַנוש קאָרטשאַק: אַ פּרוּוו פֿון אַ ביאָגראַפֿיע‟ — די נײַסטע ביאָגראַפֿיע פֿון דעם באַרימטן לערער, דערציִער און שרײַבער. די מחברטע, יאָאַנאַ אָלטשאַק־ראָניקער, איז אַ שרײַבערין און אַ סצענאַריסטין. דאָס ווערק איז אַרויס אין דער רוסישער איבערזעצונג פֿון אַסיאַ פֿרומאַן.

„אשכּולות‟: רעפֿעראַטן וועגן ייִדישער קולטור אין דײַטשלאַנד

דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק האָט דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ אָנגעהויבן זײַן טעטיקייט אין דעם נײַעם יאָר. דער פּראָיעקט האָט ממשיך געווען מיט זײַן סעריע פֿון רעפֿעראַטן, געווידמעט דער ייִדישער קולטור פֿון דײַטשלאַנד. די ערשטע באַגעגעניש איז געווען אַ לינגוויסטישע; די רייד איז געגאַנגען וועגן דער ענלעכקייט און דעם אונטערשייד צווישן ייִדיש און דײַטש. די טעמע פֿון דער צווייטער טרעפֿונג איז געווען געווידמעט דער ייִדישער קולטור פֿון בערלין אין די 1920ער יאָרן, באַזונדערס, דער בערלינער ייִדישער קאַבאַרעט.

דעם פֿאַרגאַנגענעם זונטיק איז געווען אַ לעקציע וועגן אַ מענטש פֿון גאָר אַ שפּעטערן דור, ווינפֿריד געאָרג זעבאַלד, וואָס איז געבוירן געוואָרן איז בײַערן אין 1944 און געשטאָרבן אין 2001, אַ שרײַבער, פּאָעט, היסטאָריקער פֿון ליטעראַטור, און לאַורעאַט פֿון עטלעכע ליטעראַרישע פּרעמיעס. זעבאַלד האָט געשריבן וועגן דער אייראָפּעיִשער געשיכטע פֿון רענעסאַנס ביזן חורבן. אין רוסלאַנד איז ער כּמעט ניט באַקאַנט, און דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ האָט אים געווידמעט אַ גאַנצע באַגעגעניש. וועגן זײַנע טעקסטן האָט דערציילט די דיכטערין און זשורנאַליסטקע מאַריאַ סטעפּאַנאָוואַ. נאָך איר לעקציע איז געוויזן געוואָרן אַ פֿילם פֿונעם רעזשיסאָר גראַנט גי, „געדולד (נאָך זעבאַלדן)‟, וואָס איז געמאַכט אויפֿן סמך פֿון זעבאַלדס טראַוועלאָג.

מאָסקווער כאָר־שיל: אויפֿטריט פֿון פּינחס פּאָלאָנסקי

זונטיק דעם 18טן יאַנואַר איז אין דער גרויסער מאָסקווער כאָר־שיל פֿאָרגעקומען אַ באַגעגעניש; דער באַרימטער פֿאָרשער פֿון יהדות, רעדאַקטאָר פֿון סידורים, לערער און זשורנאַליסט, געוועזענער סאָוועטישער דיסידענט און רעפֿוזניק פּינחס פּאָלאָנסקי האָט געהאַלטן אַ רעפֿעראַט אויף דער טעמע, „רעליגיעזער ישׂראל ערבֿ די וואַלן‟. ער האָט אַנאַליזירט די פּאָליטישע לאַגע אין מדינת־ישׂראל און די פּערספּעקטיוון פֿון רעליגיעזע פּאַרטייען צו באַקומען מאַנדאַטן אין כּנסת.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.