ס׳איז שווער הײַנט צו געפֿינען אַ מער אַקטועלע טעמע ווי די באַציִונגען צווישן דער מערבֿ-וועלט, מוסולמענער און איסלאַם, בפֿרט וואָס שייך דעם סטאַטוס פֿון די מערבֿדיקע מוסולמענער. נאָך די שרעקלעכע אַטאַקן אין פּאַריז, רעדט מען אויף שריט און טריט וועגן די זאַכן; פֿון דעסטוועגן, וואַקסט דער פּראָצענט נאַרישקייטן, וואָס מע הערט אין די נײַעס, אָדער טעלעוויזיע-קאָמענטאַטאָרן פֿון די אַזוי גערופֿענע „מומחים פֿון טעראָר‟, פֿון טאָג צו טאָג.
וואָס עס פֿעלט אין די דיסקוסיעס איז אַן אמתער און טיפֿער פֿאַרשטאַנד לגבי דעם איסלאַם און די אמתדיקע דילעמעס, וואָס די מערבֿדיקע מוסולמענער גייען אַדורך. עס פֿעלט, פֿון איין זײַט, דאָס קול וואָס וועט באַטאָנען די שוועריקייטן פֿון די מערבֿדיקע מוסולמענער זיך צו אינטעגרירן אין די געזעלשאַפֿטן, וואָס לאַנצירן מלחמות קעגן די מוסולמענישע מדינות, ווי אַפֿגאַניסטאַן און איראַק (און אַנדערע, ווייניק אָפֿיציעלע שלאַכטן); און פֿון דער אַנדערער זײַט, פֿעלט דאָס קול, וואָס וועט מסוגל זײַן אויך צו קריטיקירן די פֿונדאַמענטאַליסטישע פּירושים פֿון סוני-איסלאַם, וואָס זענען בכּוח צו רעקרוטירן יונגע מוסולמענער צו קעמפֿן פֿאַר דער „איסלאַמישער מדינה‟ אָדער „אַל קײַדאַ‟. דער אַמעריקאַנער-מוסולמענער מחבר אַיאַד אַכטאַר נעמט איבער די וויכטיקע און נייטיקע ראָלע, און עס איז כּדאַי צוצולייגן אַן אויער צו דעם, וואָס ער האָט צו זאָגן מכּוח די ענינים.
אַכטאַר איז דער מחבר פֿון דעם געלויבטן ראָמאַן „אַמעריקאַנער דערוויש‟ (American Dervish; 2012), אַ בילדונגס-ראָמאַן וועגן אַ יונגן פּאַקיסטאַנער-אַמעריקאַנער, און ווי ער באַהאַנדלט די פֿראַגעס פֿון אידענטיטעט, וואָס שײך זײַן רעליגיע און אָפּשטאַם. דערצו קען מען איצט און ביזן ערשטן מאַרץ זען אויף בראָדוויי אַכטערס דראַמע „פֿאַרשעמט‟ (Disgraced), וואָס איר וועלט-פּרעמיערע איז פֿאָרגעקומען אין יאַנואַר, 2012. „פֿאַרשעמט‟, אַן איין־אַקטער, קומט פֿאָר פּונקט אַ יאָרצענדליק נאָך דער טראַגישער דאַטע, „סעפּטעמבער 11‟. עס טרעפֿן זיך אין אַ דירה אויפֿן אַפּער-איסט-סײַד צוויי פּאָרפֿעלקער, צו פֿאַרברענגען אַ וועטשערע-מסיבה. די גאַסטגעבער הייסן אַמיר און עמילי.
אַמיר (האַרי דהילאָן) איז אַן אַמביציעזער ניו-יאָרקער אַדוואָקאַט, וואָס איז דערצויגן געוואָרן ווי אַ מוסולמענער פֿון אַ פּאַקיסטאַנער אָפּשטאַם. ער איז דער מוסולמענער, וואָס שטרעבט מיט אַלע כּוחות צו רעאַליזירן דעם אַמעריקאַנער חלום: צו האָבן אַן אייגענע אַדוואָקאַטן-פֿירמע, אַ שיינע דירה אין דעם טײַערסטן טייל פֿון מאַנהעטן, אַ שיינע „ווײַסע‟ פֿרוי, און זיך אָפּזאָגן אין גאַנצן פֿון דעם מוסולמענישן גלויבן. אַמיר איז, וואָס מע רופֿט בײַ אונדז, אַן אַפּיקורס: ער קען די הייליקע ספֿרים צוליב איין ציל: צו פֿירן וויכּוחים וועגן דעם וואָס עס שטייט אין זיי געשריבן, און צו ווײַזן דער וועלט ווי נאַריש און ווי מסוכּן קענען זיי פֿאַקטיש ווערן.
ווי אַ געוועזענער מוסולמענער, האָט ער נישט מורא אויסצודריקן סתּירותדיקע אײַנפֿאַלן אויף איסלאַם, וואָס מאַכן זיך פֿילן אומבאַקוועם אַפֿילו די נישט-מוסולמענישע געשטאַלטן פֿון דער פֿאָרשטעלונג. איינע פֿון אַמירס קאָנפֿראָנטאַציעס איז מיט זײַן יונגן פּלימעניק אייב (דאַני אַשאָק), וואָס רעפּרעזענטירט די צוציִונג-קראַפֿט פֿון דער היפּוכדיקער אידעאָלאָגיע — די אידעאָלאָגיע פֿון „דזשיהאַד‟. אַנדערש געזאָגט: דער וואָס וויל אַרבעטן אין די צווילינג-טורעמס אַנטקעגן דעם, וואָס וויל זיי זאָלן קראַכן.
אַמירס ווײַב, עמילי (גרעטשען מאָל), איז אַ קינסטלערין, אָן שום שײַכות צום איסלאַם לויט איר אָפּשטאַם, אָבער דורך איר קונסט ווײַזט זי אַרויס אַ גרויסן אינטערעס צו דער איסלאַמישער קולטור. זי שעפּט אַ גרויסע אינספּיראַציע און ווערט באַגײַסטערט פֿון דער איסלאַמישער קונסט, בפֿרט פֿון די סימעטרישע „אַראַבעסק‟-געשטאַלטן. זי וויל איבערצײַגן די מערבֿדיקע קולטור-וועלט, אַז די איסלאַמישע קולטור-אוצרות באַלאַנגען צו דער מענטשהייט בכלל, און צו דער מערבֿ-וועלט בפֿרט, נישט ווייניקער, ווי למשל, די העלעניסטישע קולטור-ירושה, וואָס מע לערנט ווי דער אָפֿיציעלער אָנהייב-פּונקט פֿון דער מערבֿדיקער קולטור. ווי באַקאַנט, ווען נישט די מוסולמענער, וואָלט די קריסטלעכע וועלט בכלל געבליבן אַן עם-האָרץ וועגן די פֿילאָסאָפֿישע און וויסנשאַפֿטלעכע דערגרייכונגען פֿון די גריכן און די רוימער.
דאָס אַנדערע פּאָרפֿאָלק — די געסט — זענען אײַזיק (דזשאָש ראַדנאָר), אַן אַמעריקאַנער ייִד, אַ קוראַטאָר פֿון קונסט-אויסשטעלונגען, און זײַן ווײַב דזשאָרי (קאַרען פּיטמאַן), אַן אַמביציעזע אַפֿריקאַנער-אַמעריקאַנערין, וואָס אַרבעט מיט מיט אַמיר. דורך די געשטאַלטן באַהאַנדלט די פּיעסע נאָך אַנדערע פּראָבלעמען — די אידענטיטעט-פֿראַגעס, די ישׂראל-פּאָליטיק, די דיסקרימינירונג קעגן די אַפֿריקאַנער-אַמעריקאַנער, קעגן פֿרויען, און נאָך.
עס האָט דעם דראַמאַטורג זיך אײַנגעגעבן אין דער פֿאָרשטעלונג צו שאַפֿן אַן אַקטועלע דראַמע, וואָס שטעלט די ברענענדיקע פֿראַגעס, אָבער אָן צו געבן זיי די צו-פּשוטע ענטפֿערס. ווי אַלע גוטע דראַמעס, לאָזט זי דעם עולם אַליין איבערטראַכטן די סוגיות, וואָס אַלע באַשעפֿטיקן זיך מיט זיי, אָבער אויף אַ מער טיפֿן אופֿן, ווי נאָר אַ גוטע טעאַטער-פֿאָרשטעלונג איז מסוגל עס צו טאָן. ווען מע קוקט איבער דעם טעאַטער-זאַל און מע באַמערקט די יאַרמולקעס און מוסולמענער אין איינעם צווישן דעם עולם, ווערט מען שוין (נאָר אַ ביסל) אָפּטימיסטישער.
נישט אומזיסט האָט מען באַשלאָסן צו פֿאַרלענגערן די פֿאָרשטעלונגען ביז מאַרץ (עס האָט געזאָלט זײַן ביז מיטן־יאַנואַר); נישט אומזיסט האָט די פּיעסע געוווּנען דעם בכּבֿודיקן „פּאָליצער‟-פּריז; און נישט אומזיסט באַקרוינט מען דעם מחבר ווי דער מוסולמענישער פֿיליפּ ראָט און סאָל בעלאָ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.