(די 2 טע זײַט פֿון 3)
קען געמאָלט זײַן, אַז מיר זײַנען אַ טייל פֿון זײַן געשטאַלט, כאָטש מ׳גלייבט אין זײַן שלימות, זײַן פּערפֿעקציע? איז ער אויך אַ טייל פֿון דער רציחה וואָס איז אַריבער פֿון אים צו אונדז? און ווער האָט באַשאַפֿן דעם טײַוול מיטן מלאך־המוות, אויב נישט ער? איז נישט קיין וווּנדער, וואָס די וועלט גייט אויס אין בלוט.
דאָס וואָס די קריסטן האָבן איבערגענומען אונדזערע הייליקע שריפֿטן, געשלײַפֿט זייער נײַעם טעסטאַמענט דערויף, און באַשאַפֿן פֿאַר זיך אַ גאָטס זון, מיט אַ מאַמע אַ בתולה, וועלכע האָט שוין פֿון פֿריִער געהאַט אַ מאַן יוסף, מיט דרײַ זין, איך פֿאַרגין זיי זייער קרעאַציע פֿון אַ געטלעך געשטאַלט, גאָטס זון, נאָר וואָס דען? לויט זיי קומט אויס, אַז מיר ייִדן האָבן אים געקרײציקט, בלויז אַזאַ באַשולדיקונג איז געווען גענוג אונדז צו פֿאַרטיליקן.
אָבער וואָס? זייער געטלעכער באַשאַף האָט פּראָקלאַמירט פֿרידן און ליבשאַפֿט, און אַלע זײַנע אָנהענגער שטרעבן צו זײַן שלימות, צו זײַן גוטסקייט און צו זײַן ליבשאַפֿט. איז פֿאַרוואָס זשע אַזאַ רציחה אין זײַן נאָמען? וועט איר מיר זאָגן, אַז ער איז געראָטן אין זײַן געטלעכן טאַטן?
די איסלאַמישע תּורה ווידער, פּראָקלאַמירט שלום ושלווה; איסלאַם אַליין מיינט שלום אָדער שלימות. אָבער אויפֿן זײַטל 440 אין קאָראַן, שורה 6:152 זאָגט אַללאַ: „דו זאָלסט נישט הרגענען, אַחוץ, ווען עס האַנדלט זיך וועגן אַ גערעכטער סיבה דערפֿאַר.‟
ווען ס׳קומט צו ייִדן טענהט דער קאָראַן:
„פֿאַראַן ייִדן וואָס פֿאַרדרייען דעם אינהאַלט פֿון ווערטער, און זאָגן צו דעם אַפּאָסטאָל: ’מיר הערן, אָבער מיר שטימען נישט אײַן דערמיט.‘ וואַרפֿט מען זיי צו אַ קללה: ’זאָלן זיי ווערן טויב און בלינד! ראַיִנאַ!‘‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.