מיטוואָך, דעם 21סטן יאַנואַר, האָט דזשאָן ביינער, דער ספּיקער פֿונעם אַמעריקאַנער „רעפּרעזענטאַנטן הויז‟, דערקלערט, אַז ער האָט פֿאַרבעטן דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, אויפֿצוטרעטן אין ביידע קאָנגרעס־פּאַלאַטעס מיט אַ רעדע וועגן איראַן און דעם ראַדיקאַלן איסלאַם. לויטן פּלאַן, קלײַבט ער זיך אויפֿטרעטן דעם 11טן פֿעברואַר, מיט אַ חודש פֿאַר די ישׂראלדיקע וואַלן.
ביינער, אַ רעפּובליקאַנער סענאַטאָר פֿונעם שטאַט אָהײַאָ, האָט אין זײַן אײַנלאַדונג־בריוו באַטאָנט, אַז נתניהו איז אַ „גרויסער פֿרײַנד‟ פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און אַז זײַן וויזיט וועט זײַן אַ סימן פֿון נאָענטע זיכערהייט־באַציִונגען צווישן די לענדער. דער ספּיקער האָט צוגעגעבן, אַז דער ראַדיקאַלער איסלאַמיזם און איראַן שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ סכּנה „פֿאַר אונדזער זיכערהייט־מצבֿ און לעבנס־שטייגער‟.
די ישׂראלדיקע זשורנאַליסטן האָבן איבערגעגעבן, אַז דער ביוראָ פֿונעם פּרעמיער־מיניסטער האָט איבערגעלאָזט אַ מעלדונג אויפֿן „טוויטער‟, אַז נתניהו האָט מסכּים געווען צו קומען. אין זײַן בריוו, האָט ביינער געזאָגט, אַז „ביידע צדדים‟ פֿונעם קאָנגרעס האָבן פֿאַרבעטן דעם פּרעמיער אויפֿצוטרעטן. דער ביוראָ פֿון דער דעמאָקראַטישער סענאַטאָרין נענסי פּעלאָסי פֿון קאַליפֿאָרניע, וועלכער פֿירט אָן מיט דער דעמאָקראַטישער מינאָריטעט אינעם „רעפּרעזענטאַנטן הויז‟, האָט נישט געענטפֿערט דער ייִט״אַ, צי איר פֿליגל פֿונעם „הויז‟ האָט אויך געוואָלט פֿאַרבעטן נתניהו.
צום דריטן מאָל קלײַבט זיך דער איצטיקער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער אויפֿצוטרעטן אינעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס. צום ערשטן מאָל האָט ער דאָרטן געהאַלטן אַ רעדע אין יולי 1996, דערנאָך — אין מײַ 2011. אַ צאָל אַנדערע ישׂראלדיקע פּרעמיערן, אַרײַנגערעכנט אהוד אָלמערט, שמעון פּערעס און דער טראַגיש אומגעקומענער יצחק ראַבין, זענען דאָרטן אויך פֿריִער אויפֿגעטראָטן, ווי אויך דער פּרעזידענט חיים הערצאָג. צום ערשטן מאָל וועט אָבער די רעדע פֿאָרקומען כּמעט גלײַך פֿאַר די וואַלן.
דאָס „ווײַסע הויז‟ האָט קריטיקירט די פֿאַרבעטונג. דער וואָרטזאָגער, דזשאָן ערנעסט, האָט באַטאָנט אין אַ שמועס מיט די זשורנאַליסטן, אַז ביינער האָט געבראָכן די אָנגענומענע דיפּלאָמאַטישע נאָרמעס. געוויינטלעך, קומען די הויפּט־פֿירער פֿון אויסלענדישע מלוכות נאָך אַ בקשה פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט. דאָס „ווײַסע הויז‟ האָט נישט געוווּסט וועגן דעם ביז מיטוואָך אינדערפֿרי. ערנעסט האָט געוואָרנט, כּל־זמן די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט נישט אָפֿיציעל גוטגעהייסן נתניהוס פּלאַנירטע נסיעה, וועט די אַדמיניסטראַציע פֿונעם פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ זיך באַציִען דערצו מיט אַ ספֿק.
ביינער האָט פֿאַרבעטן נתניהו גלײַך נאָך אָבאַמאַס צוזאָג אויסצונוצן זײַן וועטאָ־רעכט קעגן נײַע מעגלעכע אַנטי־איראַנישע סאַנקציעס. די רעפּובליקאַנער און דער ישׂראלדיקער לאָבי, „אײַפּעק‟, זענען נישט צופֿרידן דערמיט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.