ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

בעטינאַ סטראַגנעט און איר בוך „אייכמאַן פֿאַר ירושלים‟
בעטינאַ סטראַגנעט און איר בוך „אייכמאַן פֿאַר ירושלים‟

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published January 22, 2015, issue of February 23, 2015.

טשילע און װענעזועלאַ וועלן שטיצן די פּאַלעסטינער

טשילע און װענעזועלאַ האָבן דערקלערט, אַז זיי װעלן שטיצן דעם פֿאָרשלאַג, פֿירצוברענגען נאָך אַ מאָל פֿאַרן זיכערהייט־ראַט פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער דעם פּראָיעקט צו שאַפֿן אַ פּאַלעסטינער מדינה אין 2017. דעם 1טן יאַנואַר זײַנען מאַלאַזיע און װענעזועלאַ געװאָרן מיטגלידער פֿונעם זיכערהייט־ראַט, און מען שאַצט, אַז זיי װעלן כּסדר שטימען קעגן ישׂראל. דיפּלאָמאַטישע קרײַזן האָבן באַװוּנדערט די אַרגענטינער שטעלונג זיך אָפּצוהאַלטן צו פֿאַרדאַמען ישׂראל און צו שטיצן די פּאַלעסטינער, און אונטערגעשטראָכן, אַז אויך אינדיע, אַ שטײַגנדיקע פּאָטענץ, איז געװאָרן אַ פּראָ־ישׂראלדיקע מדינה.


סאַנטאַ פֿע: דער פּאָליציי־שעף איז באַזײַטיקט צוליב נאַצישע אויפֿפֿירונגען

אין דער פּראָװינץ סאַנטאַ פֿע, װוּ דער באַראָן הירש האָט אויפֿגעבויט די ייִדישע אַגראַר־קאָלאָניעס, האָט מען באַזײַטיקט דעם פּאָליציי־שעף כואַן פּאַבלאָ גאַרראָ, װאָס איז באַשולדיקט געװאָרן אין נאַצישע אויפֿפֿירונגען אין 2006. עדות האָבן װעגן דעם געזאָגט די „דאַיאַ‟, דער „י. ל. פּרץ־צענטער פֿון איקוף‟, די גרופּע „קינדער פֿון פֿאַרשװוּנדענע בעת דער מיליטערישער דיקטאַטור‟ און דער „נאַציאָנאַלער צענטער קעגן דיסקרימינאַציע‟. „פּאַרשיװער נעגער‟ — זײַנען געװען זײַנע װערטער צו אַ פּאָליציי־מאַן, און צו אַ צװייטן, װאָס האָט אַ ייִדישע פֿרוי, האָט ער געזאָגט, אַז „אויב היטלער װאָלט דאָ געװען, װאָלסטו און דײַן משפּחה פֿון לאַנג דאָ נישט געװען‟. אין זײַן ביוראָ האָט געהאָנגען אַ בילד מיט אַ נאַצישן אָדלער, אַ בילד פֿון אַ סאָלדאַט מיט אַ האַקנקרײץ און אַ מונדיר מיט אַ שאַרבן.


לעקציעס אין דעם גרויסן טעמפּל

װי צו דערגרייכן „געזונט, געלט און ליבע‟ איז די טעמע פֿונעם רעפֿעראַט, װאָס הרבֿ אַריאל גרויסמאַן האָט געהאַלטן דעם לעצטן מיטװאָך אין גרויסן טעמפּל אויף דער פּאַסאָ־גאַס, פֿאַראַכטאָגן מיטװאָך איז זײַן טעמע געװען „קינאה און עין־הרע, װי זיי צו דערװײַטערן‟. די רעפֿעראַטן קומען פֿאָר אין דעם זומערדיקן ציקל „פּראַקטישע קבלה‟. דאָס עקזיסטירט אויך אין די בוענאָס־אײַרעסער קאַניקולעס.


מלוכישער אַנטיסעמיטיזם אין װענעזועלאַ

דוויד ביטאַן, פֿאָרזיצער פֿון די קהילות אין װענעזועלאַ האָט באַשולדיקט דעם פּרעזידענט מאַדוראָ אין די אַנטיסעמיטישע אויפֿשריפֿטן אויף די װענט פֿון אַ סינאַגאָגע אין קאַראַקאַס. דאָס איז אַ פּראָדוקט פֿון זײַן גלײַכגילטיקייט אין באַקעמפֿן אַנטיסעמיטיזם, קסענאָפֿאָביע און דיסקרימינאַציע. במשך פֿון די לעצטע 10 יאָר האָט דער ייִשובֿ אָנגעגעבן אין געריכט אָן אַ שיעור אָנקלאַגעס, און די טעג האַלט דער פּראָקוראָר אין צו־נישט מאַכן אַלע אָנקלאַגעס. די פּאָליציי האָט אויך אויפֿגעהערט לעצטנס צו װאַכן אויף די ייִדישע אינסטיטוציעס.


אַ נײַ בוך וועגן אַדאָלף אײכמאַן אין אַרגענטינע

אין בוענאָס־אײַרעס האָט מען לעצטנס פּובליקירט די אַרבעט פֿון זאַסקיע סאַסען, אַ טעאָרעטיקערין פֿון דער גלאָבאַליזאַציע, אַ באַרימטע אינטעלעקטואַלין אין די לינקע קרײַזן, װאָס איז געבוירן געוואָרן אין האָלאַנד און האָט לאַנגע יאָרן געלעבט אין בוענאָס-אײַרעס בעת איר קינדהייט. זי פֿלעגט עפֿענען די טיר פֿון איר דירה יעדן זונטיק, װען אַ מאַן מיט אַ לאַנגן ראָק און אַ שװאַרצן הוט פֿלעגט אַרײַנקומען צו זיי אין שטוב, זיך פֿאַרשליסן מיט איר פֿאָטער און אָפּהאַלטן לאַנגע שמועסן מיט אים. דער טאַטע איז געװען אַ זשורנאַליסט און אַן אַקטיאָר, אַ מיטגליד פֿון דער פּראָפּאַגאַנדע דיװיזיע פֿון די נאַציס און פֿון דער „עס־עס‟, און דער גאַסט איז געװען אַדאָלף אייכמאַן. בײַ איר אין שטוב פֿלעגן זיך אויך פֿאַרזאַמלען די נאַציס פֿון דער בײַשטאָט פֿלאָרידאַ, וווּ מען האָט פֿאַרכאַפּט אייכמאַנען אין 1960. אויפֿן פֿאָטער איז געפֿאַלן אַ חשד, אַז ער האָט אים איבערגעגעבן דעם „מוסד‟. ער האָט אויך אין יענע יאָרן פֿאַרקויפֿט דעם אַמעריקאַנער זשורנאַל „לײַף‟, זײַנע רעקאָרדירונגען מיט אייכמאַנען. די עסיייִסטין בעטינאַ סטראַגנעט האָט אין איר אַרבעט „אייכמאַן פֿאַר ירושלים‟, ציטירט פֿראַגמענטן פֿון די אינטערװיוען, ספּעציעל איינעם, װוּ ער זאָגט, אַז „אויב פֿון די 10,3 מיליאָן ייִדן װאָלטן מיר אויסגעהרגעט 10,3 מיליאָן, װאָלט איך זיך געפֿילט צופֿרידן און געקענט זאָגן, אַז מיר האָבן באַזיגט דעם שׂונא‟.

דער זשורנאַליסט מאַרק פּאַרי האָט באַזוכט אין האָלאַנד זאַסקיע סאַסען, װאָס איז הײַנט אַלט 67 יאָר אַלט, און גערעדט װעגן אָט דעם קאַפּיטל פֿון איר לעבן. זי אָנערקענט, אַז איר טאַטע איז געװען אַ נאַצי, פֿאַסצינירט פֿון היטלערס אידעאָלאָגיע, אָבער זי האָט זיך דערװײַטערט פֿון אים, געפֿאָרן לערנען אין אויסלאַנד און איז געװאָרן אַ קאָמוניסטקע. ער האָט געהאַט איין ציל אין זײַן לעבן: מאַכן געלט, און װי זי האָט דערציילט, זײַנען אָט די רעפּאָרטאַזשן געװען אַ מיטל דערצו.

אָט די רעפּאָרטאַזשן, בעטינאַ סטראַגנעטס עסיי און זאַסקיע סאַסענס רייד װאַרפֿן אָפּ אַנאַ אַרענדטס טעזע, אַז אייכמאַן איז געװען נאָר אַ דורכפֿירער פֿון באַפֿעלן, אַ פֿאַרשקלאַפֿטער ביוראָקראַט, װאָס איז געװען בלויז אַ רינג אין דער מערדערישער קייט.

די צײַטונג „לאַ נאַסיאָן‟, איינע פֿון די פֿאַרשפּרייטסטע צײַטונגען אין לאַנד, האָט אָפּגעגעבן אַ בכּבֿודיק פּלאַץ אָט דער טעמע.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.