דאָס ישׂראלדיקע אויסשפּיר־דינסט „מוסד‟ האָט אָפּגעלייקנט די ידיעה, לויט וועלכער די פֿאָרשטייער פֿון דער דאָזיקער אָרגאַיזאַציע האָבן געבעטן די אַמעריקאַנער סענאַטאָרן אָפּצושטימען קעגן די נײַע אַנטי־איראַנישע סאַנקציעס. די אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם האָט זיך באַוויזן דעם 21סטן יאַנואַר אויף דער וועבזײַט פֿון דער נײַעס־אַגענטור „בלומבערג‟. לויט דעם דאָזיקן באַריכט, האָט דאָס אויסשפּיר־דינסט זיך אַרויסגעזאָגט קעגן דעם פּלאַן מצד דעם אַמעריקאַנער סענאַט אַרויפֿצולייגן נײַע שטראָפֿן אויף איראַן, אויב די פֿאַרהאַנדלונגען וועגן דער איראַנישער נוקלעאַרער פּראָגראַם וועלן נישט געלינגען.
לויט „בלומבערג‟, האָט דער דירעקטאָר פֿון דער ישׂראלדיקער אויסשפּיר־אַגענטור, תּמיר פּרדו, געוואָרנט די אַמעריקאַנער געזעצגעבער, אַז ער האַלט קעגן נײַע סאַנקציעס. דאָנערשטיק, דעם 22סטן יאַנואַר, האָט דער „מוסד‟ דערקלערט, אַז די איצטיקע סאַנקציעס זענען דווקא עפֿעקטיוו, אַז אַ שטאַרקער דרוק אויף איראַן איז נייטיק, כּדי די פֿאַרהאַנדלונגען זאָלן דורכגיין מיט מזל, און אַז פּרדו האָט בעת זײַנע באַגעגענישן מיט די אַמעריקאַנער סענאַטאָרן באַמערקט, אַז אַ דאַנק די סאַנקציעס האָט די איראַנישע רעגירונג מסכּים געווען אָנצוהייבן די פֿאַרהאַנדלונגען.
דער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, האָט גוטגעהייסן דעם פּלאַן פֿון נײַע סאַנקציעס. להיפּוך, האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, דינסטיק צוגעזאָגט אויסצונוצן זײַן וועטאָ־כּוח, כּדי דאָס נישט צו דערלאָזן.
דער אַמעריקאַנער מלוכה־סעקרעטאַר, דזשאָן קערי, דער רעפּובליקאַנער סענאַטאָר דזשאָן באַראַסאָ פֿונעם שטאַט וויאָמינג האָבן נישט לאַנג צוריק, לויט „בלומבערג‟, איבערגעגעבן מרמז, אַז דער „מוסד‟ האַלט קעגן דעם סאַנקציעס־פּלאַן. די אָרגאַניזאַציע גופֿא האָט אָבער דערקלערט, אַז בעת דער אַנומלטיקער באַגעגעניש פֿון תּמיר פּרדו מיט די אַמעריקאַנער פּאָליטיקער האָט מען נישט ריכטיק פֿאַרשטאַנען זײַנע ווערטער.
דאָנערשטיק, האָט „בלומבערג‟ צוגעגעבן, אַז הגם דער דירעקטאָר פֿונעם „מוסד‟ האָט נישט געזאָגט, אַז ער איז קעגן די נײַע שטראָף־מיטלען און האָט גראָד קריטיקירט דעם איצטיקן קורס פֿון די פֿאַרהאַנדונגען, וועלכע מע פּלאַנירט אָנצוהייבן פֿון ס׳נײַ אין פֿעברואַר. ער האָט אָבער יאָ פֿאַרגליכן די מעגלעכע נײַע סאַנקציעס צו אַן „אויפֿרײַס פֿון אַ גראַנאַט‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.