נישט לאַנג צוריק, זענען אין אַמעריקע מער ווי 50 מענטשן אָנגעשטעקט געוואָרן מיט מאָזלען. דער אויסבראָך האָט זיך אָנגעהויבן אין „דיסנילענד‟. ווי מע האָט אויסגעפֿונען, איז עס געשען צוליב דעם, וואָס אַ טייל מענטשן מײַדן אויס די סטאַנדאַרטע וואַקצינאַציעס.
די מעדיצינישע אינסטאַנצן פֿון קאַליפֿאָרניע האָבן איבערגעגעבן, אַז די קראַנקייט האָט זיך, צוערשט, פֿאַרשפּרייט מיט אַ חודש צוריק אינעם באַרימטן פּאַרק, וואָס געפֿינט זיך אין דער שטאָט אַנאַהײַם. אין גיכן, האָבן צענדליקער מענטשן צעטראָגן די אינפֿעקציע אַרום דעם לאַנד. צווישן די סיבות פֿון דער דאָזיקער צרה איז די שטײַגנדיקע השפּעה פֿון דער באַוועגונג קעגן אימוניזאַציע, וואָס האַלט, אַז די וואַקצינען זענען נישט־געזונטע און קאָנען גורם זײַן אַוטיזם און אַנדערע מחלות, הגם אַ ריי אַקאַדעמישע שטודיעס האָבן אָנגעוויזן, אַז אַזעלכע חדשים זענען גרונטלאָז.
די צײַטונגען און זשורנאַלן האָבן באַמערקט, אַז די עלטערן, וואָס זאָגן זיך צו וואַקצינירן זייערע קינדער, קאָנצענטרירן זיך אין די ראַיאָנען פֿון גרויסע אַמעריקאַנער שטעט, וווּ עס וווינען פֿאַרמעגלעכע געבילדעטע מענטשן. ס׳רובֿ ייִדישע טאָגשולן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן געפֿינען זיך אין די זעלבע געגנטן; אין אַ צאָל פֿון זיי באַקומען נישט ביז 26 פּראָצענט קינדער קיין וואַקצינען. אַזאַ מצבֿ איז, למשל, אינעם קינדערגאָרטן בײַ דער ליובאַוויטשער ישיבֿה אין סאַן־דיעגאָ און אין דער לאָס־אַנדזשעלעסער טאָגשול „בית־הלל‟.
די סטאַטיסטיק איז לאַוו־דווקא אַ פּאַסיקער סימן פֿון די שטימונגען קעגן וואַקצינאַציע. סעט פּאָזי, דער פֿאַרוואַלטער פֿון „בית־הלל‟, האָט דערקלערט דער ייִט״אַ, אַז אַ סך קינדער אינעם קינדערגאָרטן זענען געווען פּשוט צו יונג דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר, ווען מע האָט געמאַכט דעם חשבון. שפּעטער זענען זיי אַלע אימוניזירט געוואָרן. מיט דער ליובאַוויטשער ישיבֿה אין סאַן־דיעגאָ האָט זיך נישט אײַנגעגעבן צו פֿאַרבינדן.
אַזוי צי אַזוי, זענען די מעדיצינישע עקספּערטן מסכּים, אַז אַלץ מער מענטשן זאָגן זיך אָפּ פּרינציפּיעל פֿון וואַקצינאַציעס. דער געזעצלעכער מצבֿ פֿון אַזאַ אויפֿפֿירונג איז אַנדערש אין פֿאַרשיידענע שטאַטן. אין ניו־יאָרק, האָבן די פּריוואַטע שולן דאָס רעכט נישט אַרײַנצולאָזן קיין אומוואַקצינירטע קינדער. להיפּוך, לויט די געזעצן פֿון קאַליפֿאָרניע, מוזן די שולן אָננעמען אַלע קינדער, אויב זייערע טאַטע־מאַמעס שרײַבן אונטער אַ ספּעציעלן דאָקומענט, לויט וועלכן זיי ווילן נישט אימוניזירן זייערע קינדער צוליב רעליגיעזע, פֿילאָסאָפֿישע צי מעדיצינישע סיבות. אינעם שטאַט וואַשינגטאָן, מעגן די אָרטיקע שולן אײַנפֿירן שטרענגערע רעגולאַציעס; למעשׂה, טוט עס קיינער נישט.
דאָנאַלד זימרינג, וועלכער פֿירט אָן מיט דער טאָגשול „בראַנדייס־הלל‟ אין צפֿון־קאַליפֿאָרניע, וווּ 15 פּראָצענט קינדער זענען נישט אימוניזירט, האָט געטענהט, אַז פּערזענלעך וואָלט ער נישט געוואָלט זיי אַרײַנלאָזן. הרבֿ יחזקאל לוקשטיין, דער פֿאַרוואַלטער פֿון דער ניו־יאָרקער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער ישיבֿה „רמז‟, האָט געפּסקנט, אַז די וואַקצינאַציע זענען אַ „פּיקוח־נפֿש‟; אומוואַקצינירטע קינדער טאָרן זיך נישט לערנען אין זײַן שול.
אינעם יאָר 2005, האָט די קאָנסערוואַטיווע באַוועגונג אויך באַשלאָסן, אַז די קינדער־וואַקצינאַציע איז אַ נייטיקע מיצווה. להיפּוך, האָט הרבֿ שמואל קאַמענעצקי פֿון פֿילאַדעלפֿיע געמאָלדן אין אויגוסט, אַז ער באַטראַכט די וואַקצינאַציעס ווי אַ צווייפֿלהאַפֿטיק געשעפֿט און אַפֿילו אַ שווינדל. היפּוכדיקע באַציִונגען צו די וואַקצינען טרעפֿן זיך אין אַלע ייִדישע קהילות, פֿון וועלטלעכע שולן ביז חרדישע ישיבֿות.
כּדי אויסצומײַדן ס׳רובֿ עפּידעמיעס, מוז מען וואַקצינירן בלויז 95 פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג. צווישן די איבעריקע 5 פּראָצענט טרעפֿן זיך טאַקע מענטשן, וואָס קאָנען נישט אימוניזירט ווערן צוליב געוויסע מעדיצינישע סיבות. לעבנדיק צווישן דער וואַקציניזירטער מערהייט, קאָנען זיי נישט אָנגעשטעקט ווערן, כּל־זמן דער ניוואָ פֿון אימוניזאַציע בלײַבט גענוג הויך. אויב די צאָל וואַקצינאַציע־אָפּזאָגער וועט ווײַטער פֿאַלן, קאָנען זיך פֿאַרשפּרייטן אַזעלכע אָנשטעקנדיקע קראַנקרייטן, ווי מאָזלען.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.