רעד טערקיש!

Speak Turkish, because it’s Greek to me...

Max Gershman

פֿון הערשל גלעזער

Published January 23, 2015, issue of February 23, 2015.

אַ טשיקאַווע זאַך: יעדע שפּראַך האָט אַן אַנדער שפּראַך, וואָס מע פֿאַרשטייט צום ווינציקסטן. די ענגליש־רעדערס זאָגן אויף אַן אומפֿאַרשטענדלעך לשון, אַז ס’איז גרעקיש (It’s Greek to me); שפּאַניש־רעדערס זאָגן, אַז ס’איז העברעיִש (Para mi es hebreo); און ייִדיש־רעדערס זאָגן, אַז ס’איז תּרגום אָדער טערקיש. נו, תּרגום קענען ייִדן וואָס זיי לערנען — אויף דעם לשון איז דאָך אָנגעשריבן די גמרא. אָבער ווי קומט אַן אַשכּנזישער ייִד צו טערקיש? ייִדן האָבן דען געהאַט צו טאָן מיט טערקן?

ווײַזט זיך אַרויס, אַז יאָ, ווײַל אונדזער וואָקאַבולאַר און שפּראַכיקער פֿאָלקלאָר איז פֿול מיט „טערקן‟.

קודם־כּל, האָבן זיך אין דער אָטאָמאַנישער אימפּעריע, חוץ אַ גרעסערער צאָל ספֿרדים און מיזרחדיקע ייִדן, אויך געפֿונען אַ ביסל אַשכּנזים, בפֿרט אין ארץ־ישׂראל. חוץ דעם האָבן די טערקן ביזן 17טן י”ה אָנגעשפּאַרט אַזש קיין מיזרח־אייראָפּע. די ייִדן, וואָס האָבן אַפֿילו מיט די טערקן נישט געהאַט קיין מגע־ומשׂא, האָבן געשעפּט טערקיש לשון דורך רוסיש, אוקראַיִניש אָדער פּויליש, מחמת די רוסן האָבן מיט די טערקן יאָ געגרענעצט. אין רוסיש זענען פֿאַראַן הונדערטער ווערטער אָדער פֿון טערקיש אַליין, אָדער פֿון דער טורקישער משפּחה, וואָס זי נעמט אַרײַן, חוץ טערקיש, אויך קאַזאַכיש, אוזבעקיש, טורקמעניש, אַזעריש, טאָטעריש און נאָך; זענען אַ טייל פֿון די ווערטער אויך אַרײַן אין מאַמע־לשון. לאָמיר דערצו נאָך געדענקען, אַז אין אַ סך פֿאַלן האָט זיי טערקיש אַליין איבערגענומען פֿון דער פֿרעמד, בדרך־כּלל פֿון פּערסיש.

וועגן „אַרבוז“ און „קאַבאַק“ האָבן מיר שוין בשעתּו געשריבן; הײַנט וווּ איז „אַטלעס“ ‘אַ מין סחורה’, „אַרשין“ ‘אַ רוסישע מאָס פֿון לענג’, „באָלוואַן“ ‘געץ; אידיאָט’, „באַקאַליי“ ‘שפּײַז(קראָם)’, „דיוואַן“ ‘טעפּעך; סאָפֿע“, „טאַראַקאַן“ ‘מין אינסעקט’, „טולעפּ“ ‘מין מאַנטל’, „טומאַן“ ‘נעפּל’, „טשוגון“ ‘מין אײַזן’, „טשעמאָדאַן“ ‘וואַליזע’, „כאַלאַט“ ‘קאַפּאָטע’, „כוטער“ ‘געאָגראַפֿיש איינס נאָך קלענער פֿון אַ דאָרף’, „כורמע“ ‘מין אויפּס’, „מעטשעט“ ‘בנין, וווּ ס’זענען מתפּלל מוסולמענער’, „נאַגײַקע“ ‘בײַטש’, „קאַפֿטאַן“ ‘קאַפֿטן, קאַפּאָטע’, „קורטקע“ ‘רעקל’, „קיאָסק“ ‘געשטעל, וווּ מע פֿאַרקויפֿט צײַטונגען“, „קינזשאַל“ ‘שטילעט’?

זעט איר, איין וואָרט וואָס נעמט זיך, ווײַזט אויס, נישט פֿון טערקיש איז „יאַרמלקע“. פֿון דעם וואָרט איז די אָנגענומענע עטימאָלאָגיע, אַז ס’איז אַרײַן אין מאַמע־לשון, דורך פּויליש, פֿון טערקישן jağmurluk ‘רעגן־מאַנטל’. איז דאָ נישט לאַנג געקומען אַ פֿאָרשער, באָהדאַן סטרומינסקי, און געטענהט, אַז דער מקור איז גאָר ס’לאַטײַנישע almunicum ‘גלחס היטל, יאַרמלקע’. ווייסט איר וואָס? דאָס לייגט זיך מיר אויפֿן שׂכל.

און דער פֿאָלקלאָר? קודם־כּל, איז אַ טערק אַ מעטאָנימיע פֿאַרן מוסולמענער, קען מען אים אויך אָנרופֿן „פֿעטער ישמעאל“; ער קען נישט קיין ייִדישע דינים, איז אַן עם־האָרץ „באַהאַוונט ווי אַ טערק אין רבנן־קדיש“; ער לאָזט זיך גרינג אָפּנאַרן, איז אַ יאָלד אַ „טערקישער פֿרײַער“; ער איז אַ גנבֿ, זאָגט מען „גנבֿישער טערק“; ער איז אַ בייזוויליקער, זאָגט מען „אָפּטאָן אויף טערקיש“ און „ס’איז אָנגעקומען מיט טערקישע ווערעם“; ער איז אַן אָרעמאַן, זאָגט מען „גאָלע ווי אַ טערק“; ער איז אַ כּעסן, זעט אויס איינער וואָס איז אין כּעס, „ווי דער טערקישער מלאך־המוות“; ער איז אַ הולטײַ, רופֿט מען עולם־הזה „דער טערקישער גן־עדן“; זײַן לשון, ווי געזאָגט, פֿאַרשטייט מען נישט, הייסט „רעד טערקיש!“ ‘טו וואָס דו ווילסט, ס’וועט גאָר נישט העלפֿן’.

אָבער טערקײַ איז אויך דער (אמתדיקער צי אויסגעטראַכטער) מקור פֿון עטלעכע ניצלעכע פּראָדוקטן: טערקישע ווייץ ‘קוקורוזע’, טערקישע בעבלעך, טערקישער פֿעפֿער, טערקישער טאַביק.

אין אונדזער פֿאָלקלאָר האָט אַ טערק נאָך איין גרויסע מעלה, וואָס ייִדן האָבן שוין לאַנג פֿאַרלוירן, מיטן חרם דרבנו גרשום: ער מעג האָבן מער ווי איין ווײַב. (די וואָס בײַם הײַנטיקן טאָג טענהן זיי, אַז האָמאָסעקסואַליסטן טאָרן נישט חתונה האָבן, ווײַל דער רבונו־של־עולם האָט אין חומש גוזר געווען, אַז חתונה האָבן מעגן בלויז איין מאַַנסביל מיט איין ווײַבספּאַרשוין האָבן, אַ פּנים, פֿאַרגעסן, וויפֿל מענער אין חומש האָבן מער ווי איין ווײַב!)

ווי זאָגט דזשיגאַן נאָכן קריגן זיך מיט זײַן פֿרוי: „אַז כ’הער אירע טענות פֿאַרדריסט מיך גוט, וואָס כ’בין נישט קיין טערק. אַ טערק קען כאָטש האָבן פֿיר ווײַבער. אויב איינע טויג נישט, איז די צווייטע בעסער, די דריטע גוט, די פֿערטע נאָך בעסער. נו, גיי ווער אַ טערק, אַז כ’האָב נישט קיין כּוח צו זײַן קיין ייִד…“