די סטאַטיסטיקער טענהן, אַז אין די ערשטע טעג פֿונעם איצטיקן יאָר האָט די באַפֿעלקערונג פֿון לאָנדאָן דערגרייכט 8.615 מיליאָן נפֿשות. פֿאַר וואָס איז די דאָזיקע צאָל, גאָר ניט קיין קײַלעכדיקע, אַזוי וויכטיק מע זאָל וועגן דעם שרײַבן? ווײַל פּונקט אַזוי גרויס איז געווען די לאָנדאָנער באַפֿעלקערונג ערבֿ דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען בלויז איין כּרך, ניו־יאָרק, איז געווען מער באַפֿעלקערט, איידער די בריטישע קרוינשטאָט. פֿון דעסטוועגן, דערגרייכנדיק אַפֿילו ווידער איר פֿאר־מלחמהדיקע צאָל אײַנוווינער, גייט לאָנדאָן ניט אַרײַן אין דער ליגע פֿון די גרעסטע צוואַנציק שטעט.
די וועלט זעט אויס איצט אַנדערש, און לאָנדאָן האָט אויך אַן אַנדער פּרצוף. אויב אין 1939 זײַנען נאָר 2.65 פּראָצענט תּושבֿים געבוירן געוואָרן אין אויסלאַנד, דערגרייכט הײַנט דער דאָזיקער אינדעקס ביז 37 פּראָצענט. שוין אָפּגעשמועסט, וואָס דער גרעסטער טייל לאָנדאָנער געהערן ניט, לויט דער אָפֿיציעלער קלאַסיפֿיקאַציע, צו דער קאַטעגאָריע פֿון „ווײַסע בריטאַנער‟.
בינו־לבינו, איז דאָס לעבן אין דער שטאָט געוואָרן בעסער און, דער עיקר, לענגער. אין 1939 האָבן די לאָנדאָנער געקענט דערוואַרטן, אַז זיי וועלן דערלעבן ביזן עלטער פֿון 62 יאָר. הײַנט קען מען גאַנץ רעאַליסטיש האָפֿן צו בלײַבן אויף דער וועלט צוויי יאָרצענדליק לענגער. פֿאַרשיידענע גורמים העלפֿן צו פֿאַרלענגערן די צײַט אין דעם עולם־הזה. דער וויכטיקסטער פֿון זיי איז די נאַציאָנאַלע מעדיצינישע סיסטעם, וועלכע באַדינט אַלעמען אומזיסט, אָבער „גאָר אומזיסט‟ קענען עס ניצן די לײַט, וואָס זײַנען 60 יאָר אַלט צי עלטער. ס’איז זייער וויכטיק, אַ שטייגער, אַז מענטשן פֿון אַזאַ עלטער צאָלן קיין פּרוטה ניט פֿאַר אַלע נייטיקע רפֿואות.
און כּלערליי „קלייניקייטן‟ העלפֿן אויך; למשל, ס’איז, אין תּוך אַרײַן, ניט קיין געפֿערלעכע שטאָט, מע קען אין איר רויִק אַרויסגיין אויף דער גאַס. אין יאָר 1939 זײַנען אויף די גאַסן פֿון לאָנדאָן געשטאָרבן 1,187 לײַט. אין 2014 איז די צאָל טראַגישע אינצידענטן געווען 132. דאָס הייסט, פֿאַרשטייט זיך, ניט, אַז לאָנדאָן האָט אין גאַנצן ניט קיין געגנטן, פֿון וועלכע מע דאַרף זיך האַלטן וואָס ווײַטער, בפֿרט ווען עס ווערט פֿינצטער.
דער מצבֿ האָט זיך זייער שטאַרק געביטן מיט דער בילדונג. אין די 1930ער פֿלעגן אַ סך קינדער פֿאַרענדיקן זייער אויסשולונג, ווען זיי זײַנען געווען אין גאַנצן 14 יאָר אַלט, און בלויז יעדער פֿופֿציקסטער לאָנדאָנער, דער עיקר, מענער, פֿלעגן גיין זיך לערנען אין אוניווערסיטעטן. הײַנט לערנט זיך, אָדער האָט זיך געלערנט, אין אוניווערסיטעטן כּמעט יעדער צווייטער תּושבֿ פֿון דער שטאָט.
מיט אַ גוטער בילדונג איז גרינגער צו געפֿינען אַרבעט אין דער שטאָט, וווּ אינדוסטריע שפּילט הײַנט אַ נישטיקע ראָלע. אין פֿאַרגלײַך מיטן יאָר 1939, האָט לאָנדאָן אָפּגעהיט בלויז אַ צענט־חלק פֿון דער אינדוסטריע, און דאָס איז געווען איינע פֿון די סיבות, פֿאַר וואָס די באַפֿעלקערונג איז קלענער געוואָרן. דער גאַנצער אַרבעטער־מאַרק האָט זיך איבערגעבויט אין די פֿאַרגאַנגענע יאָרצענדליקער. זייער אַנטוויקלט זײַנען הײַנט די סעקטאָרן פֿון פֿינאַנצן און הויך־טעכנאָלאָגיע, טוריזם (אַ מיליאָן לײַט אַרבעטן אין האָטעלן און רעסטאָראַנען), מלוכישע אַנשטאַלטן וכ’.
ס’איז, בלי־ספֿק, אַ טײַערע שטאָט. מע פֿילט עס באַזונדערס שטאַרק, ווען מע קלײַבט זיך קויפֿן אַ דירה צי אַ הויז. אין 1939 האָט אַ דורכשניטלעך הויז געקאָסט אַרום דרײַ (אויך דורכשניטלעכע) יאָר־געהאַלטן. הײַנט איז עס בערך 16 יאָר־געהאַלטן. קיין חידוש ניט, אַז אַ היפּש ביסל מענטשן, וואָס אַרבעטן אין לאָנדאָן, וווינען מחוץ דער שטאָט, ווײַל דאָרטן קען מען געפֿינען אַ מער צוטריטלעכע וווינונג. אמת, דער טראַנספּאָרט איז שוין זייער טײַער אין ענגלאַנד, און ווערט אַלץ טײַערער. די פּרײַזן פֿון וווינונגען זײַנען הויך אויך צוליב די פֿילצאָליקע רײַכע אויסלענדער, בפֿרט פֿון די אַראַבישע לענדער, פֿון רוסלאַנד און כינע, וועלכע האָבן ליב צו וווינען אין לאָנדאָן.
די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז גאַנץ גרויס אין דער בריטישער הויפּטשטאָט. מע שאַצט אָפּ, אַז בערך 60 פּראָצענט בריטישע ייִדן וווינען אין לאָנדאָן. דאָס הייסט, אַז די רייד גייט וועגן 160—180 טויזנט נפֿשות. עס זײַנען דאָ געגנטן, וווּ ייִדן האָבן זיך באַזעצט זייער געדיכט — מיט שולן, כּשר־געשעפֿטן, עירובֿים וכ’. די סטאַטיסטיק זאָגט, אַז די באַציִונג צו ייִדן איז, אין אַלגעמיין, ניט קיין שלעכטע. אַ פֿרישער אויספֿרעג ווײַזט, אַז 83 פּראָצענט תּושבֿים פֿונעם לאַנד באַציִען זיך צו די ייִדן גוט; אָבער עס זײַנען דאָ ניט ווייניק אַנטיסעמיטישע אינצידענטן, אַ פּנים, מצד די איבעריקע 17 פּראָצענט, און איצט, נאָך די געשעענישן אין פֿראַנקרײַך און אויף דעם אייראָפּעיִשן קאָנטינענט בכלל, זעט מען מער פּאָליציאַנטן אויף די גאַסן פֿון די „ייִדישע‟ געגנטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.