(די 2 טע זײַט פֿון 2)
שוין אין 1942 האָט מאַקס ווײַנרײַך געשריבן: „ווילנע איז געווען די איינציקע שטאָט אויף דער וועלט, וווּ מיידלעך מיט געפֿאַרבטע ליפּן האָבן גערעדט ייִדיש אויף אַ נאַטירלעכן שטייגער, צווישן זיך און מיט זייערע יונגע־לײַט, ניט נאָר מיט אַן אַלטער באָבען‟. דאָס הייסט, אַפֿילו אין די 1930ער יאָרן אין פּוילן איז געווען קלאָר, אַז ייִדישע מיידלעך ווילן ניט רעדן ייִדיש — און ספּעציעל אַזוינע מיידלעך, וואָס ווילן אויסזען שיין, וואָס ווילן מאַכן אַ רושם. ווי באַלד ייִדיש איז געווען פֿאַרבונדן מיט זייערע באָבעס, האָבן די מיידלעך ניט געוואָלט קיין שײַכות דערמיט — פּונקט ווי זיי האָבן, אָפֿטער ווי די ייִנגלעך, געניצט אַן אַנדער נאָמען, ווי די באָבע האָט געהאַט. דעריבער בײַטן זיך די פֿרוייִשע נעמען אַזוי גיך פֿון איין דור צום צווייטן — ניטאָ הײַנט קיין יענטעס, קיין גאָלדעס, קיין פֿייגעס — בשעת די מענערישע נעמען בלײַבן הונדערטער יאָרן סטאַביל.
איז וואָס טוט מען? מע דאַרף אָרגאַניזירן אַ פּראָפּאַגאַנדע־קאַמפּאַניע פֿאַר מיידלעך און זיי דערמוטיקן צו רעדן ייִדיש. ס’איז ניט בלויז אַ מאַמע־לשון, נאָר אויך אַ טאָכטער־לשון, אַ לשון פֿאַר מאָדערנע יונגע פֿרויען, וואָס האָבן אַ גוטן געשמאַק און ווילן זײַן אין דער מאָדע. מע דאַרף אַרויסגעבן מאָדע־ און קאָסמעטיק־זשורנאַלן אויף ייִדיש מיט בילדער פֿון שיינע מאָדעלקעס אָנגעטאָן אין טײַערע בלוזקעס און באַהאָנגען מיט גאָלד און זילבער. מע דאַרף שאַפֿן ייִדישע פּלאַקאַטן אַזעלכע, קאַלענדאַרן, אויפֿצוהענגען אויף דער וואַנט, ווידעאָס מיט פּראָפֿילן פֿון שיינע און פּראָפֿעסאָנעלע פֿרויען, וואָס טוען אויף גרויסע זאַכן, פֿאַרדינען אַ סך געלט, און מאַכן גוטע שידוכים. דאָס זעלבע קען מען טאָן פֿאַר די פֿרומע מיידלעך, נאָר מע דאַרף עס אַ ביסל צופּאַסן: אפֿשר פּשוט בילדער פֿון בלוזקעס און צירונג, אָן די מאָדעלקעס; אָדער ווידעאָ־אינטערוויוען מיט יונגע חב”ד־רביצינס, וואָס געוויינטלעך גייען זיי סײַ־ווי אָנגעטאָן ווי די בילדער פֿון אַ מאָדע־קאַטאַלאָג.
אונדזערע לינגוויסטן דאַרפֿן זיך נעמען צו דער אַרבעט צו שאַפֿן דעם מין ייִדיש, וואָס די מיידלעך וואָלטן גערעדט, ווען זיי וואָלטן גערעדט ייִדיש — אַזאַ רעגיסטער פֿון דער שפּראַך ווי די אַמעריקאַנער מיידלעך האָבן עס אויף ענגליש, מיט ווערטער ווי like און ya know און omg. איך קען נאָר איין וואָרט אַזאַ, וואָס איז אויפֿגעקומען מיט עטלעכע יאָרן צוריק אויף דער „ייִדיש־וואָך‟: „וואָסעווער‟, באַזירט אויפֿן ענגלישן whatever און אַרויסגערעדט מיט דער זעלביקער סאַרקאַסטישער מיידלשער אינטאָנאַציע. „יוגנטרוף‟ האָט אַפֿילו פֿאַרקויפֿט העמדער מיטן לאָזונג „וואָסעווער‟ — אפֿשר דער ערשטער טראָט אין דער קאַמפּאַניע, וואָס איך לייג איצט פֿאָר.
די דאָזיקע קאַמפּאַניע וואָלט זיך זייער גוט געפּאָרט מיטן פֿעמיניזם: פֿאַר וואָס זאָלן די פֿרויען קענען ייִדיש ערגער ווי די מענער? פֿאַר וואָס באַקומען די מיידלעך ווייניקער שעהען ייִדיש־דערציִונג? דאָס רעדן ייִדיש קען זײַן פּונקט אַזאַ אויסדרוק פֿונעם פֿרוייִשן שטאָלץ און גלײַכקייט ווי פּראַווען אַ בת־מיצווה, לייענען פֿון דער תּורה, אָדער קריגן דאָס זעלבע געהאַלט ווי די מענער. דער פֿעמיניסטישער זשורנאַל „לילית‟ וואָלט געדאַרפֿט אַרויסגעבן אַ ייִדישע אויסגאַבע, די פֿרויען־חבֿורות וואָלטן געדאַרפֿט אַרײַננעמען אַ פּאָר ייִדישע תּחינות צווישן די תּפֿילות, עס זאָל זײַן אַ ספּעציפֿישער פֿרוייִשער עלעמענט אין זייער דאַווענען.
צום באַדויערן, איז דער שרײַבער פֿון די שורות ניט קיין פּאַסיקער קאַנדידאַט אָנצופֿירן מיט דער דאָזיקער קאַמפּאַניע. פֿאַרקערט, וואָס מער אומגעלומפּערטע און ניט־מאָדישע מענער וועלן זיך אַרײַנמישן, אַלץ מער וועט די קאַמפּאַניע לײַדן דערפֿון און די מיידלעך וועלן ווערן ווײַטער אָפּגעפֿרעמדט פֿון ייִדיש. מיר נייטיקן זיך אין עטלעכע כאַריזמאַטישע, שיינע יונגע פֿרויען, וואָס זײַנען גרייט צו פֿירן זייערע שוועסטער אויף אַ נײַעם וועג, אין אַ נײַער שפּראַך. די פֿראַגע איז נאָר: וווּ געפֿינט מען די דאָזיקע פֿירערינס פֿאַר אונדזער פֿאָלק?
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.