אויף אַ צעשטערטער וואַנט פֿון אַ געוועזענער שיל, וואָס שטייט אַנטקעגן אַ געוועזענער מיקווה - הײַנט אַן „אויטאָ־וואַש‟ געשעפֿט, האָט אַ גראַפֿיטי־קינסטלער געמאָלט אויף פּויליש און דײַטש „ייִדן — איר פֿעלט אונדז אויס‟.
דער אָנזאָג, אָנגעשריבן אויף אַ וואַנט אינעם פּוילישן שטעטל דאַבראָוונאָ, איז אַ פּאַסיקע מעלדונג אינעם הײַנטצײַטיקן פּוילן, וווּ עס קומט פֿאָר אַן אומדערוואַרטן אויפֿלעב פֿונעם ייִדישן לעבן אין אַ לאַנד, וואָס האָט כּמעט אין גאַנצן פֿאַרלוירן זײַן ייִדישע קהילה; צו ערשט, צוליב דעם חורבן, און דערנאָך — צוליב די לאַנגע יאָרן פֿונעם קאָמוניזם.
די געשיכטע פֿונעם דאָזיקן אויפֿלעב ווערט געשילדערט אין אַ נײַעם דאָקומענטאַר־פֿילם „דער צוריקקער‟. אָדם צוקער, אַ 57־יאָריקער מאַן פֿון ניו־יאָרק, האָט רעזשיסירט, אָנגעשריבן און פּראָדוצירט דעם פֿילם. די מעשׂה ווערט געשילדערט דורכן קוקווינקל פֿון פֿיר פֿרויען.
צוקער שאַצט אָפּ, אַז ס׳זענען דאָ הײַנט 20,000 מענטשן, וואָס אידענטיפֿיצירן זיך פֿאָרמעל ווי מיטגלידער פֿון דער ייִדישער קהילה - אַ ציפֿער וואָס נעמט אַרײַן די, וועלכע האָבן ייִדישע וואָרצלען; די, וואָס האָבן זיך נאָר לעצטנס דערוווּסט וועגן דעם, אָדער די פֿיל־צאָליקע פּוילישע גויים, וואָס האָבן זיך פֿאַרליבט אין דער ייִדישער קולטור.
„פּוילן איז געווען דאָס וויגעלע פֿונעם אַשכּנזישן ייִדנטום, וווּ עס האָט זיך אָנגעהויבן די חסידישע באַוועגונג און, וווּ עס האָט זיך אַנטוויקלט די ייִדישע שפּראַך‟, דערקלערט דער שרײַבער קאָנסטאַנטי געבערט אינעם פֿילם. „און דאָס איז ניט דאָס אָרט, וווּ עס וועט זיך ענדיקן!‟
דעם המשך פֿונעם פּוילישן ייִדנטום קען מען, צום טייל, דערקלערן מיטן גרויסן אינטערעס מצד די פּוילישע קאַטאָליקן צו דער ייִדישער וועלט. אַ סך פּוילישע גויים נעמען אָנטייל אינעם יערלעכן ייִדישן קולטור־פֿעסטיוואַל אין קראָקע. בײַם ייִדישן קהילה־צענטער אין קראָקע שפּילן זיי אין קלעזמער־קאַפּעליעס, לערנען זיך אויס ווי צו טאַנצן אַ „פֿלעשל־טאַנץ‟; שפּילן ייִדישע דראַמעס און באַשטעטיקן, אַז דאָס האָבן אַ ייִדישן חבֿר איז, ווי מע זאָגו בלע״ז — „קול‟.
ס׳זענען דאָ פֿאַרשידענע דערקלערונגען פֿאַרן אומדערוואַרטן פֿילאָ־סעמיטיזם, אַרײַנגערעכנט אַ פֿאַרשפּרייטע בענקעניש נאָכן פֿאַר־מלחמדיקן ייִדישן לעבן. צוקער האַלט, אַז נאָך לאַנגע יאָרן פֿון שוועריקייטן אונטער דער קאָמוניסטישער הערשאַפֿט, זענען די פּאָליאַקן צופֿרידן צו זען די ליכטיקייט פֿונעם ייִדישן לעבן.
צוקער האָט אַנטדעקט דעם פֿענאָמען פֿון פּוילישע גויים, וואָס פֿירן אָן מיטן אויפֿלעב פֿונעם אָרטיקן ייִדישן לעבן, דורך אַן אַרטיקל אינעם „ניו־יאָרק טײַמס‟ אין 2008. דער אַרטיקל האָט אים אַזוי פֿאַרכאַפּט, אַז ער האָט באַשלאָסן צו פֿאָרן קיין פּוילן.
כאָטש די קוואַליטעט פֿון די פֿאָרשטעלונגען אויף די ייִדישע פֿעסטיוואַלן אין וואַרשע און קראָקע האָבן אים פֿאַרחידושט, איז ער געווען מער פֿאַרכאַפּט מיט די לעבנס־געשיכטעס פֿון די יונגע פּוילישע ייִדן „וואָס פּרובירן צו דעפֿינירן זייערע אידענטיטעטן און אַנטפּלעקן פֿאַר זיך, ווער זיי זענען, אָן קיין צוטריט צו זייער קולטורעלער ירושה, אויף דעם אָרט, וואָס איז אַמאָל געווען דאָס סאַמע ייִדישסטע אויף דער וועלט‟, האָט ער געזאָגט.
איידער ער האָט אָנגעהויבן מאַכן דעם פֿילם, האָט צוקער ניט געהאַט קיין קלאָרע געדאַנקען, וויפֿל מענטשן דער פֿילם זאָל אַרײַננעמען אָדער, אַז אַלע העלדן וואָלטן געווען פֿרויען. ווען ער האָט זיך באַקענט מיט די קהילות אין פּוילן, האָט ער טאַקע געטראָפֿן אינטערעסאַנטע ייִדישע מענער, אָבער די פֿרויען האָבן אים אויסגעזען אינטערעסאַנטער.
„איך האָב געטראַכט, אַז צוליב דעם, וואָס ייִדישקייט, ווי ס׳רובֿ אינסטיטוציעס, איז געוויינטלעך אַ ביסל פּאַטריאַרכאַל, וועט מײַן פֿאָקוסירן זיך אויף פֿרויען באַטרעפֿן אַן אַנדער אופֿן צו דערציילן די מעשׂה‟, האָט צוקער געזאָגט. „יעדע פֿרוי האָט זיך געראַנגלט מיט איר אידענטיטעט, סײַ ווי אַ ייִד און סײַ ווי אַ פֿרוי‟.
צוקער אַליין איז אויפֿגעוואַקסן אין דער שטאָט ניו־יאָרק, אַן אור־אייניקל פֿון פּוילישע, רוסישע און גאַליציאַנער ייִדן. זײַן גאַנץ לעבן האָט ער געמאַכט פֿילמען, אָבער לשם פּרנסה אַרבעט ער ווי אַ פֿילם־רעדאַקטאָר. דאָס פֿילמירן „דער צוריקקער‟ האָט געדויערט פֿינף יאָר. ער האָט פֿילמירט אין פֿינף שטעט אויף דרײַ קאָנטינענטן און געדעקט צוויי חתונות, צוויי געבורטן און איין גיור־ריטואַל.
צווישן די פֿיר פֿרויען אינעם פֿילם איז דאָ טוזיע, וואָס איר באָבע האָט שטענדיק געלייקנט, אַז זי איז אַ ייִדישקע ביז זי האָט אויף איר טויטן־בעט אָנערקענט אירע ייִדישע וואָרצלען. טוזיע איז אויפֿגעוואַקסן אין ניו־יאָרק, אָבער האָט זיך צוריקגעקערט קיין וואַרשע, כּדי אָנטיילצונעמען אינעם ייִדישן אויפֿלעב. זי וויל רעסטאַוורירן דעם אַמאָליקן ייִדישן קוואַרטאַל אין דאַבראָוונאָ.
אַ צווייטע העלדין פֿונעם פֿילם, קאַטקאַ — אַ קאַטוילישע פֿרוי, וואָס האָט פֿאַרלאָזט איר היימשטאָט פּראָג, כּדי זיך צו לערנען אין וואַרשע — האָט זיך פֿאַרליבט אין אַ יונגן פֿרומען ייִד און זיך מגייר געווען.
„ס׳איז אַ גרויס אַחריות צו זײַן אַ ייִד‟, האָט קאַטקאַ געזאָגט.
קאַסיאַ איז אַן אָפֿנהאַרציקע פֿעמיניסטקע און מאַכט אַ דאָקטאָראַט אין פֿרויען־שטודיעס. זי איז אויפֿגעוואַקסן קאַטויליש, אָבער האָט זיך דערוווּסט ווי אַ צענערלינג, אַז זי איז אַ האַלב־ייִדישע. זי וויל פֿירן אַ סעקולער ייִדיש לעבן, אָבער בענקט נאָך אַ ייִדיש געזעלשאַפֿטלעך לעבן.
און צום סוף - מאַריאַ, אַ מוטער, וואָס האָדעוועט אַליין אויס אירע קינדער; די איינציקע צווישן די פֿיר פֿרויען, וואָס האָט געוווּסט פֿון קינדהייט אָן, אַז זי איז אַ ייִדישקע, כאָטש זי האָט קיין שטאַרקע ייִדישע אידענטיטעט ניט געהאַט. זי האָט אויך חתונה געהאַט מיט אַ פֿרומען ייִד און לערנט זיך אויס ווי אַזוי צו פֿירן אַ כּשרע היים.
סײַ קאַסיאַ, סײַ מאַריאַ האָבן באַגלייט זייערע מענער קיין מדינת־ישׂראל, ניט אויף אייביק, נאָר אויסצופּרובירן אַן אַנדער לעבן־שטייגער.
אַ סך גלות־ייִדן, וואָס באַזעצן זיך אין מדינת־ישׁראל, דערוויסן זיך, אַז דאָס אָרטיקע לעבן איז פֿאַר זיי צו אָנגעשטרענגט און צו קאָנפֿראָנטירנדיק. קאַסיאַ און מאַריאַ פֿילן זיך אָבער פֿרײַער אין אַ לאַנד, אין וועלכן זיי דאַרפֿן זיך ניט ראַנגלען מיט זייער ייִדישער אידענטיטעט.
„אין מדינת־ישׁראל האָב איך אויפֿגעהערט צו טראַכטן כּסדר, אַז איך בין אַ ייִדישע טאָכטער‟, האָט קאַסיאַ געזאָגט. „ס׳איז כּמעט ווי אַ וואַקאַציע זיך אַרויסצורײַסן פֿון מײַן ייִדישקייט‟.
טוזיע, וואָס וווינט, צום טייל, אין וואַרשע און, צום טייל, אין ניו־יאָרק, האָט אַן ענלעכן קוקווינקל.
„ווען איך בין אין ברוקלין, בין איך אַ פּאָליאַטשקע, וואָס וווינט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און איך פֿיל זיך קוים ווי אַ ייִד‟, האָט זי געזאָגט. אין וואַרשע אָדער קראָקע, אָבער, פֿילט זי אַ גרויס אַחריות: צו ראַטעווען די פֿאַרבליבענע שפּורן פֿון דער ייִדישער געשיכטע.
דער פֿילם „דער צוריקקער‟ וועט מען ווײַזן אויף פֿאַרשידענע ייִדישע קינאָ־פֿעסטיוואַלן אין ניו־יאָרק, אַטלאַנטע און וואַשינגטאָן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.