ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published January 25, 2015, issue of February 23, 2015.

נײַער זשורנאַל געווידמעט ייִדיש־שטודיעס

לעצטנס, האָט זיך פֿאַרשפּרייט די ידיעה, אַז מע האָט לאַנצירט אַ נײַעם דיגיטאַלישן זשורנאַל פֿון ייִדיש־שטודיעס, צוזאַמען מיט אַן אינטעראַקטיוון וועבזײַטל. דער נאָמען סײַ פֿונעם זשורנאַל און סײַ פֿונעם וועבזײַטל, „אין געוועב‟, האָט מען גענומען פֿון אַ ליד פֿון יהואָש (יהושע בלומגאַרטן). דער נאָמען איז אַ ווערטערשפּיל פֿון דעם, אַז דער זשורנאַל וועט עקזיסטירן בלויז אויף דער אינטערנעץ, וואָס מע פֿלעג רופֿן אויף ענגליש „דאָס אַלוועלטלעכע געוועב‟ (the world wide web).

די נײַע וועבזײַט וועט באַשטיין פֿון פֿיר טיילן. דער ערשטער טייל וועט זײַן אַ וויסנשאַפֿטלעכער זשורנאַל פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשונג, אין וועלכן אַלע אָנגענומענע פֿאָרש־אַרבעטן און אַרטיקלען וועלן געלייענט ווערן דורך אַ ריי פֿאָרשער און עקספּערטן אינעם פֿעלד, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַן ערנסטער אַקאַדעמישער אויסגאַבע. די רעדאַקציע וועט אָננעמען אַרטיקלען וועגן געשיכטע, ליטעראַטור, פֿאָלקלאָר, רעליגיע, פֿילם־שטודיעס, מוזיקאָלאָגיע, פּאָליטישער וויסנשאַפֿט און אַנטראָפּאָלאָגיע. דער צווייטער טייל וועט אַרײַננעמען ענגלישע איבערזעצונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין אַלע זשאַנערן און פֿון אַלע לענדער און צײַטן. מע וועט באַצאָלן די איבערזעצער אַ קליינעם האָנאָראַר פֿאַר זייער אַרבעט. דער דריטער טייל וועט באַהאַנדלען מאַטעריאַלן פֿאַרן לערנען ייִדיש: פּעדאַגאָגישע אָנווײַזונגען פֿאַר לערער; לעקציעס, וואָס זענען צוגעפּאַסט אויף פֿאַרשידענע ניוואָען; און עסייען וועגן ווי אַזוי צו לערנען ייִדיש. דער פֿערטער טייל וועט זײַן אַ בלאָג, וואָס וועט אַרײַננעמען ידיעות וועגן דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער קולטור, עסייען און ביכער־רעצענזיעס, אינטערוויוען, אַלטע דאָקומענטן, ווידעאָס און ראַדיאָ־באַריכטן.

„אין געוועב‟ ווערט אונטערגעשטיצט פֿון דער „נעמי פּראַווער־קדר‟־פֿונדאַציע. די אָנפֿירער פֿונעם פּראָיעקט זענען בדרך־כּלל יונגע פֿאָרשער און אַקאַדעמיקער: די צוויי גרינדנדיקע רעדאַקטאָרן פֿונעם זשורנאַל זענען איתן קענסקי (האַרוואַרד־אוניווערסיטעט), און שאול זעריט (ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר). די זשורנאַל־פֿאַרוואַלטערינס זענען מאַדעלין כּהן (קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין בערקעלי) און שׂרה זאַראָ (ניו־יאָריקער אוניווערסיטעט), און דער רעדאַקציע־קאָלעגיום באַשטייט פֿון סטעפֿאַני האַלפּערן (ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר), אַלכּסנדרה האָפֿמאַן (מישיגאַנער אוניווערסיטעט), דזשעסיקאַ קירזיין (קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט), חנה פּאָלין־גלאַי (תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט), שׂרה פּאָניקטעראַ (צענטער פֿאַר דער ייִדישער געשיכטע), שמואל שפּינער (דזשאָנס האָפּקינס־אוניווערסיטעט), מאַרגאָט וואַלס (מישיגין־סטייט) און סוני יודקאָף (שיקאַגער אוניווערסיטעט). דער בעל־יועץ פֿונעם זשורנאַל איז ד״ר דוד ראָסקעס (ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר).

דער זשורנאַל וועט אָננעמען מאַטעריאַלן אויפֿן ערשטן נומער ביזן 2טן מאַרץ. אַלע אַרטיקלען, ידיעת און פֿאָרשלאָגן וכּדומה מוזן געשריבן ווערן אויף ענגליש. נאָך אינפֿאָרמאַציע: באַזוכט //ingeveb.org.


קאַטרין העלערשטיינס נײַ בוך באַקומט אַ פּרעמיע

דאָס בוך „אַ פֿראַגע פֿון טראַ­די­ציע: ייִדישע דיכטערינס 1586־1987‟
דאָס בוך „אַ פֿראַגע פֿון טראַ­די­ציע: ייִדישע דיכטערינס 1586־1987‟

דער „ראָט פֿאַר ייִדישע ביכער‟ האָט אַנאָנסירט די געווינער פֿון זײַנע יערלעכע פּרעמיעס לכּבֿוד די בעסטע ביכער אויף ייִדישע טעמעס פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר. צווישן די פֿאַרשידענע אויסצייכענונגען האָט ד׳׳ר קאַטרין העלערשטיין באַקומען די פּרעמיע א׳׳נ פֿון באַרבאַראַ דאָבקין, לכּבֿוד דעם בעסטן בוך אויפֿן געביט פֿון פֿרויען־שטודיעס, פֿאַר איר מאָנאָגראַפֿיע „אַ פֿראַגע פֿון טראַדיציע: ייִדישע דיכטערינס 1586־1987‟. דאָס בוך, אַרויסגעגעבן דורכן פֿאַרלאַג בײַם „סטאַנפֿאָרד־אוניווערסיטעט‟, פֿאָרשט אויס די ראָלעס, וואָס ייִדישע פּאָעטעסעס האָבן געשפּילט אינעם שאַפֿן אַ מאָדערנע ייִדישע ליטעראַרישע טראַדיציע.


קאָנצערט פֿון שׂרה מײַערסאָן און דזשעף וואַרשאַווער

דאָנערשטיק, דעם 29סטן יאַנואַר וועלן די חזנות־סטודענטן שׂרה מײַערסאָן און דזשעף וואַרשעווער פֿאָרשטעלן אַ קאָנצערט „׳קמץ א - אָ׳ - פֿון ייִדישלאַנד ביזן ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟ אין ניו־יאָרק. דער קאָנצערט, פֿאָרגעשטעלט דורך דער חזנות־שול בײַם „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟, וועט אויספֿאָרשן די פֿאַרבינדונגען צווישן דער הײַנטיקער קלעזמער־וועלט און דער עגאַליטאַרער ייִדישקייט. דער קאָנצערט וועט אויך אַנטפּלעקן די פֿאַרבינדונגען צווישן פֿרומער ייִדישער מוזיק (מוזיק פֿון שיל, חזונות און חסידישע ניגונים), און ייִדישער קולטורעלער מוזיק (קלעזמער־מוזיק ווי אויך סעקולערע לידער אויף ייִדיש, העברעיִש און דזשודעזמאָ). אויף דער פּיאַנע וועט זײ באַגלייטן דזשויס ראָזנצווײַג. די מוזיקער פּאַטריק פֿאַרעל (אַקאָרדעאָן), דבֿורה שטראַוס (פֿידל) און מײַקל ווינאָגראַד (קלאַרנעט) וועלן אויך אָנטיילנעמען אין דער פּראָגראַם.

דער קאָנצערט הייבט זיך אָן 7 אַ זייגער, בײַם „זאַל א׳׳נ פֿון פֿײַנבערג‟ בײַם „ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר‟ (3080 בראָדוויי). דער קאָנצערט איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.

ייִדישע ביכער בײַם „27סטן אינטערנאַציאָנאַלן ביכער־יריד אין ירושלים‟.

„די נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟ אין מדינת־ישׁראל וועט זיך באַטייליקן אין דעם אינטערנאַציאָנאַלן ביכער־יריד אין ירושלים, וואָס וועט הײַיאָר פֿאָרקומען פֿונעם 8טן ביזן 12טן פֿעברואַר אין דער „התּחנה הראשונה‟. דער אַרײַנטריט צום פּרעסטיזשפֿולן יריד, וואָס קומט פֿאָר אַלע צוויי יאָרן, איז פֿרײַ פֿון אָפּצאָל.

צווישן די ייִדישע ביכער, זשורנאַלן און פֿילמען פֿון אַרום דער וועלט וועט מען אויך קענען קויפֿן פֿילמען, קאָמפּאַקט־דיסקן און ביכער, אַרויסגעגעבן פֿונעם „פֿאָרווערטס‟.


רעפֿעראַטן אויף ייִדיש אין ישׂראל:

תּל־אָבֿיבֿ:

„אַרבעטער־רינג‟:

בײַם „אַרבעטער־רינג‟ אין תּל־אָבֿיבֿ (48 קלישר גאַס) קומט פֿאָר אַ רעפֿעראַט יעדן מיטוואָך, 11:30 פֿאַר מיטאָג.

דעם 28סטן יאַנואַר וועט פּנינה מעלער רעדן אויף דער טעמע „רחל־לאה ליבערמאַן: די אונטערוועלט אין אַרגענטינע אין אָנהייב צוואָנציקסטן יאָרהונדערט‟. אינעם קינסטלערישן טייל פֿון דער פּראָגראַם וועט אַנאַטאָלי ליין זינגען לידער.

דעם 11טן פֿעברואַר וועט לייבל רויטמאַן רעדן וועגן דעם לעבן, שאַפֿן און טויט פֿון שלמה מיכאָעלס. אינעם קינסטלערישן טייל פֿון דער פּראָגראַם וועט דורי אנגל זינגען.

„סירקין קלוב‟

יעדן מאָנטיק, 10 אַ זייגער אין דער פֿרי, קומט פֿאָר אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש בײַם „סירקין קלוב‟ (ארלוזורוב, 101) אינעם עמיר פּרץ־זאַל אויפֿן 4טן שטאָק פֿונעם „ועד הפּועל‟ אין תּל־אָבֿיבֿ. דעם 26סטן יאַנואַר וועט רעדן שמואל פּז. דעם 2טן פֿעברואַר און דעם 9טן פֿעברואַר וועט רעדן ד׳׳ר לאה גאַרפֿינקל.

ירושלים:

יעדן מאָנטיק, 4 אַ זייגער נאָכמיטאָג, קומט פֿאָר אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש בײַ דער „ייִדישער קולטור־געזעלשאַפֿט אין ירושלים‟ (10 שלום־עליכם גאַס). דעם 26סטן יאַנואַר וועט משה דוד־חייט רעדן וועגן זײַן בוך „די פֿונקען פֿון פֿײַער‟.

חדרה:

יעדן מאָנטיק, 5 אַ זייגער נאָכמיטאָג, קומט פֿאָר אַ רעפֿעראַט אויף ייִדיש בײַ דער „חדרה - געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש‟ אין בית עולה (20 ששת־הימים גאַס). דעם 26סטן יאַנואַר וועט שלום עפּעלמאַן רעדן וועגן דעם, ווי אַזוי די וועלט האָט זיך געביטן צוליב דער ערשטער וועלט־מלחמה.