דער פּאָליציי־צענטער „סקאָטלאַנד־יאַרד‟ האָט איבערגעגעבן, אַז במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר זענען אין דער בריטישער הויפּטשטאָט אויסגעבראָכן צוויי מאָל מער אַנטיסעמיטישע אַטאַקן, אין פֿאַרגלײַך מיט 2013.
דער הויפּט־שטאַב פֿון דער בריטישער פּאָליציי אין לאָנדאָן האָט באַקומען באַריכטן וועגן 299 פֿאַרברעכנס קעגן דער ייִדישער באַפֿעלקערונג, וואָס זענען אויסגעבראָכן פֿון אָנהייב אַפּריל ביז סוף דעצעמבער 2014. דעם 21סטן יאַנואַר האָט די לאָנדאָנער ייִדישע צײַטונג „דזשויִש קראָניקל‟ באַמערקט, אַז אינעם זעלבן פּעריאָד פֿונעם יאָר 2013 זענען אין דער הויפּטשטאָט געשען 131 אַנטיסעמיטישע אינצידענטן. עס באַקומט זיך, אַז אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר איז די צאָל אָנפֿאַלן אויף ייִדן געשטיגן אויף 128 פּראָצענט.
די 300־טויזנטיקע ייִדישע קהילה באַטרעפֿט בערך 0.4 פּראָצענט פֿון דער אַלגעמיינער באַפֿעלקערונג אין גרויס־בריטאַניע. בסך־הכּל, האָט „סקאָטלאַנד־יאַרד‟ באַקומען די אינפֿאָרמאַציע וועגן 9,103 פֿאַרברעכנס, וואָס זענען געשען במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר אַרום דעם לאַנד. די אָנפֿאַלן אויף ייִדן באַטרעפֿן צווישן זיי 3.28 פּראָצענט — אויף 22 פּראָצענט העכער, ווי מיט אַ יאָר פֿריִער. בערך צוויי דריטל פֿון די בריטישע ייִדן וווינען אין לאָנדאָן.
די אַנטיסעמיטישע אַטאַקן האָבן זיך פֿאַרשפּרייט אין מערבֿ־אייראָפּע, אַרײַנגערעכנט ענגלאַנד, ווען די ישׂראלדיקע אַרמיי האָט אָנגעהויבן די מלחמה קעגן „כאַמאַס‟ אין עזה־פּאַס. די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט די בריטישע פּאָליציי איבערגעגעבן, אַז נאָך די אַנומלטיקע טעראָריסטישע אַטאַקן אין פּאַריז האָט מען פֿאַרשטאַרקט דעם פּאַטרול איבער די ראַיאָנען, וווּ עס וווינען אַ סך ייִדן.
מיטוואָך, דעם 21סטן יאַנואַר, האָט דער „אייראָפּעיִשער ייִדישער קאָנגרעס‟ פֿאַרעפֿנטלעכט די רעזולטאַטן פֿונעם אויספֿרעג, וועלכער האָט אַרומגענומען 504 דערוואַקסענע בריטאַנער, לויט וועלכן 15 פּראָצענט מענטשן אינעם לאַנד האַלטן, אַז די רעגירונג דאַרף שאַפֿן אַ ספּעציעלע רשימה פֿון די געשעפֿטן, וואָס געהערן צו ייִדישע אָדער מוסולמענישע בעלי־בתּים. משה קאַנטאָר, דער פּרעזידענט פֿונעם „אייראָפּעיִשן ייִדישן קאָנגרעס‟, האָט זיך באַקלאָגט, אַז דער דאָזיקער הויכער פּראָצענט איז אַ „שאָקירנדיקער‟ סימן פֿון אַנטיסעמיטיזם. די סטאַטיסטישע פֿירמע „סטראַטעגיעס 202‟, וועלכע האָט דורכגעפֿירט דעם אויספֿרעג, האָט געזאָגט, אַז די ציפֿערן זענען ריכטיק אויף פּלוס־מינוס 4.4 פּראָצענט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.